Paragraph
Paragraph rh-4trbfjqq
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-rmzh2dsh
- order
- 3s
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- הסוכות איז דאך אויך פארבונדן, ווי דער מנהג יעדערער ל' בעומר ובכל קצוי תבל, אז מ'זאל מאכן א תהלוכה, און במיוחד א תהלוכה פון קינדער, וואס בא זיי איז דאס נאך מערער, ווי דערמאנט פריער, אז בא א קינד זעט מען ווי אזוי ער וואקסט מזמן לזמן, מערער אפן און מערער בגלו, וי ווי מ'זעט דאס ביי ערוואקסענע, און נאכמער איז די בהדגשה ווען די קינדער מאכן א תהלוכה וואס דאס איז פאר זיי אויך מדגיש און דאס שטרייכט, ווי אזוי א קינד דארף זיך ניט באגנוגענען מיט דעם מעמד ומצב אין וועלכן ער געפינט זיך איצטער, נאר ער דארף זען שטייגן אין אלע זאכן פון טוב וטהרה וקדושה, פון גוטסקייט און פון די הייליקייט און פון ליכטיקייט, ביז וואנענט אז ער קומט צו תכלית השלימות אלס א קינד, און דאס ווערט ביי אים די צוגרייטונג צו תכלית השלימות, אז דערנאך זאל ער ווערן בר-מצוה אדער בת-מצוה, אדער אויף דעם ענליכן אופן בנוגע צו בני-נח, ווי דערמאנט פריער.
- proofread
- 0