Paragraph
Paragraph rh-4r17gbsf
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-23r0q3n6
- order
- Ls
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- בקול מקול קול, אז די נפלאות איז ניט נאר סתם אין אן ענין, איין ענין, אדער עטלעכע ענינים וכו,' נאר די נפלאות זיינען בא קול מקול קול, כמדובר ומבואר בכמה ספרים, ובארוכה אויך אין תרושי חסידות וכיוצא בזה, ווי אזוי דער גאנצער ענין ווי ס'וועט זיין דער מעמד ומצב פון דעם עולם איז לעתיד-לבוא איז אחרי הגאולה, וועט דאס זיין אז ס'וועט זיין נפלאות, בא-קול מקול קול. און אויך, דערביי אויך דער רמז, דאס איז דאס די דריי לשונות פון די ג'אבות, אברהם יצחק ויעקב, נוסף על הענין כפשוטו, אז ס'וועט זיין הקיצו ורמנו שוכני עפר והם בראשנו והם בראשית כל הדורות, כמדובר לעיל, זיי זיינען דאך אבות פון אלע דורות, פון אלע דורות פון אידן, פון פאר מתן תורה און בשעת מתן תורה ולאחר מתן תורה, ביז ובכל שכן וקל וחומר דער דור האחרון לגלות און הראשון לגאולה, זיינען זיי די אבות, ועל דרך זה אויך די אמהות, און ס'ווערט ביידע צוזאמען דער ענין פון שבעה, שלוש אבות וארבעה אמהות,
- proofread
- 0