פסקה
פסקה rh-4p4tm5hn
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-zea3xrvs
- order
- I
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מ'האלט דאך דאס אין סוף פון חודש, וואס אט דעמאלט ווערט נענטער, צו יפקד מושביך, ווערט נאך פאר דערויף דער ענין פון ונפקדתא וואס דער עצם ותכלית און שלימות פון ונפקדתא איז דאך, דער ונפקדתא וואס איז פארבונדן מיט גאולה האמיתית והשלימה, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט ויקרא אל משה, קומט גלייך נאך די פרשה פון ויקהל פקודו, וואס זי איז דאך אין קביעות פון היינטיקן יאר, איז זי דאך אן איין און איינציקע פרשה, ווי מ'זעט דאך אז מ'הויבט אן רביעי אין ויקהל, און מ'איז מסיים דעם זעלבן רביעי מיט דער זעלבער ברכה ראשונה מיט דער זעלבער ברכה אחרונה אויך פאר ויקהל אויך אין די פסוקים פון פקודו, ועוד והוא העיקר, אז ס'זאל זיין כאמור דער ונפקדתא ווי ס'איז דעמאלט געווען, ס'זאל אויך זיין און דערנאך אויך מסיים, וואס דארטן רעדט זיך דאך וועגן דעם ענין פון דוד המלך, וכמדובר כמה פעמים, ובפרט נאך ווען יעדער איד איז מקיים זיין שליחות בעלמא דין, וואס דאס איז דאך די שליחות פון יעדער אידן, אז
- proofread
- 0