פסקה
פסקה rh-4p20qp61
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-ftjk1wmy
- order
- D
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און זעלבסט-פארשטענדלעך, אז דער אויבערשטער גיט כוחות, אז מ'זאל קענען טאן אין די אלע זאכן אויף א גוטן אופן און א געזונטן אופן, און איינווירקן אויף אלע חברים און בתמיטות אויף די חבר'טעס, אז זיי זאלן ווערן נאכמער אידישער און נאכמער פרימער און נאכמער געזינטער בנשמה, ווערט מען אויך אינגאנצן געזונט נאכמערער בגוף, אז יעדערער פון די עלטערן און אלע עלטערן און די באבעס און די זיידעס זאלן האבן פון יעדערן פון אייך, און פון אלעמען צוזאמען, א סך נחת, לורך ימים ושנים טובות, בלשון הכתוב כל הימים, און זיך משתתף זיין אין דעם איצטיקן הקהל וואס איר גייט אריין אין קהלי ישראל אויף מקיים-זיין תורה ומצוותי'אין אן אופן פון עלכת מחיל אל חיל. און דאס זאל זיין די הקדמה קרובה, אז מ'זאל גיין צוזאמען מיט כלל ישראל, און צוזאמען מיט די עלטערן פון די ראשי-ישיבות און מלמדים און מלמדות וואס האבן אייך מחנך געווען, צו דעם גרויסן הקריב וואס קהל גדול ישובו הנה, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
- proofread
- 0