transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1ר'י'חלון פליז, ס'וועט זיין שבט? תשמ'ט אחר ארבית.
¶2אויף אפשאצן די כוחות וואס דער אויבערשטער גיט יעדער אידן און אלע אידן, ובפרט אין א זמן סגולה, א זמן וואס תורה רופט אים אן בשם ראש השנה, אז דאס האט דערנאך א מאכט און דאס פירט אן מיט א גאנצן יאר, און דער ראש השנה איז דאס פארבונדן מיט אילן, וואס דאס איז דאך אויך בגימצעי די שמות קדושים, כמדובר כמה פעמים, בפשטות דאס אונטערשטרייכט בא יעדער אידן, את העולם כולו נתן בלבם, אז יעדער זאך וואס א איד זעט, ובפרט לויט תורת הבעל שם טוב, דארף ער דערפון ארויסנעמען א הוראה בנוגע צו פעולתו, וואס ער דארף אויפטאן אין תפקידו בעולם, וואס אני נבראתי לשמש את קוני אז ער דארף מאכן פון דער וועלט א באתי לגני כידוע די אריכות אין דעם המשך פון הילווה, פון בעל הילווה, פון יו'ד שבט, וואס ס'איז דאך געווען מיט א פאר טעג צוריק, אז דאס גאנצע וועלט רופט דער אויבערשטער אן בשם גני וואס בפשטות איז דאך אויך פארבונדן אן ענין מיט צמיחה, און א צמיחה פון דעם אמת'ן גן, עושה פירות טובות, במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק, ובפרט נאך לויטן מנהג ישראל וואס תורה הוא, אז פירות וואס מ'עסט אין ראש השנה לאילנות איז מען מהדיר אז ס'זאל זיין פון פירות שנשתבחה בהם ארץ ישראל, דערמאנט דאס אויך יעדער אידן אין וואס פאר א מעמד ומצב ער זאל זיך ניט געפינען דעם ענין פון ארץ ישראל, און ווי חסידות טייטשט דאס אפ, אז דאס איז א לאנד וואס געהערט צו יעדער אידן די גאנצע לאנד אינגאנצן, אף על פי וואס על-פי נגלה איז דאך דא אין דערויף די צוויי דעות, אז יעדער איד האט א חילוק אין ארץ-ישראל, און אין דערויף איז דאך אבער דא די צוויי דעות, איז דאס אמא אחת, צי ד'אמות פארבונדן אויך מיט דעם דין וואס יעדער איד קען שרייבן פרוסבול, ווי דער אלטער רבי איז מדגיש נאך בזה, וואס אויף שרייבן א פרוסבול דארף מען דאך הא�
¶3האבן לכל הפחות למה למה אין ארץ הקודש, כמדובר כמה פעמים. במילא האט מען דאס אויך פארבונדן גלייך מיט א הלכה אין חוץ לארץ, און א הלכה בזמן הזה, און א הלכה פארבונדן אויך מיט כתיבה און מיט א שטר, אין מדיני ממונות, נוסף אויף דעם ענין פון איסורע וואס ס'איז דא בזה, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך גיט אויך די געלעגנהייט צום אלעם ערשטן אויף די וואס האבן געשיקט די פדיונות, ובפרט צו יו'ד שבט, איז מען דאך שוין געווען לאחרי זה אויפן אוהל איז שוין א גרויסער טייל פון די פדיונות שוין אויפן אוהל, ס'איז דאך דא נאך מסתמא אזוינע וואס גייען נאך אין וועג, אדער ס איז נאך ניט צוגעקומען אז מ'זאל זיי שוין ברענגען אויף די פדיונות איז דאך אויך שוין דא די חזקה, כמדובר כמה פעמים, אז בשעת מ'שיקט אין א דרך הרגיל בדרך הטבע, און פארבונדן אויך מיט דינא דמלכותא, איז דעמאלט על פי דין האט מען די חזקה אז דער פדיון וועט זיכער אנקומען אין דעם ארט וואו מ'האט אים געשיקט, און מ'האט אויך די חזקה פון כל ישראל בחזקת כשרות, אז מ'וועט ברענגען דעם פדיון צו דעם ארט וואו ער געהערט, וואס דאס איז דער ציון פון דעם בעל ההילולא, ובפרט נאך אז מ'האט דאך אויך די חזקה ווי ס'איז געווען אין די שנים שלפני זה, ובפרט נאך אז איצטער איז דאך די שנת הארבעים, וואס דעמאלט איז דאך נתן הוי'לכם לדעת אויף מתבונן זיך זיי אין דעם ענין וואס מ'לערנט אפ, אז ס'איז דורכגעגאנגען דרייסיק ניין יאר
¶4וואס במשך שנים אלה איז געווען געשיקט פדיונות און געבראכט אויפן ציון וכו און איצטער הויבט זיך דאך אן דער פערציקטער יאר, איז נתן הוי'לכם לא לדעת והנעים לזית והנעים לשמוע אויף מתבונן זיך זיי, צום אלעם ערשטן, אז ס'איז א זיכערע זאך, אז די פדיונות זיינען אנגעקומען אויפן ציון פון דעם צו וועמען מ'האט געשיקט די פדיונות, וואס דאס איז נשיא דורנו, און ס'איז אויך א זיכערע זאך, אז ליעזוב את שני'מרייתו, כידוע דער בריוו הידוע, כמדובר כמה פעמים, איז א זיכערע זאך, אז ער איז פועל פעולתו, ובפרט אז מ'קומט פון יו'שבט, וואס דעמאלט איז דאך פועל ישועות בקרב הארץ, אז אויך איז דאס אויך נמשך אין די ימים שלאחרי זה, ובפרט אז דאס איז ימים פארבונדן מיט שנת הארבעים, און אויך פארבונדן מיט וואס ס'האט זיך אנגעהויבן אין בשלח, פרעה, אז אפילו ענינים פון פריע און פון עולם מאכן אויך אויף בא אידן, אז ס'זאל זיין ווי ער טייטשט אפ אין מדרש פירות ופירי פירות, און מ'איז דאך אריינגעגאנגען היינטיקן טאג שוין אויך אין דער פרשה פון מתן תורה, במילא איז דאס אויך, אנשטאט צו מאשר-זיין יעדערן אז ס'איז אנגעקומען דער פיזין, וואס דאס איז אן ענין וואס אין באפשריות און מ'דארף דאס גאר אויך ניט האבן איז מען דאס מאשר בכללות אין א מקום קדוש, אין א בית-הכנסת און א בית-המדרש, און אז אויך אז שוין א טייל דערפון איז שוין היינט געווען אויפן עוהל, נוסף אויף די וואס זיינען געווען נאך פאר שבת, און זיכער איז אויך איבעריקע אויך אנקומען ביטה ובזמן אויפן ציון, און אויך אויפטאן פועל ישועות בקרב הארץ אין די ימים שלאחרי זה.
¶5והיראתין, אז זיי ווי כמה האבן זיך אויך געבעטן דעם ענין פון משיח נעוץ, אז ס'זאל שוין קומען די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ובפרט נאך אז דער בעל הציון האט זיך דאך געקאכט אין דעם ענין פון לאלתר לגאולה, און אויך אין עמדו הכי אין כולכם, און אויך מדגיש געווען דעם ענין ווי אזוי מ'דארף מקיים זיין אט דאס וואס ס'שטייט אין רמב אז דער ציווי אין משיח איז ניט נאר אין כללות הענין אז ער איז א מאמין בביאת המשיח, נאך אויך ס'דארף זיין א דין, ס'איז א דין אין תורה אז ער דארף זיין מחכה אויף ביאת המשיח, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך, כמדובר, לכל לראש, אנשטאט צו באשטעטיקן די פדיונות, און אז מ'האט זיי א טייל שוין געבראכט אויפן ציון, די אנדערע וועט מען אויך זיכער ברענגען מיטא בזמן אויפן ציון, במילא האט מען אויך א חי יתנו לבו, ס'איז דאך רגיל אז אין די פדיונות איז מען אויך מדיע דעם צו וועמען מ'ברענגט דעם פדיון, צום בעל הציון, וועגן די החלטות טובות, איז זאל זיין אויך דער זירוז אויף מקיים זיין די החלטות טובות, ומתוך שמחה וטוב לבב, און בשעת מ'איז מחליט בזה די החלטה מאכט דאס נאך לייכטער, און נאכמער בזירוז און נאכמער בשלימות, ביז אין אן אופן פון כמצות רצונך. און דאס דערמאנט אויך נאכאמאל, אזוי ס'איז דאך איינגעווען דער סיום פון רמב״ם הכללו, נוסף אויף דעם סיום פון רמב״ם פון הלכות ברכות וואס איז געווען בשבת שלפני זה, כמדובר כמה פעמים, איז דאך אויך דא אין די החלטות טובות ענינים פארבונדן מיט לימוד הרמב״ם, משנה תורה, און ענינים פארבונדן מיט די ענינים פון מקיים זיין דעם ציווי, ווי פארשטאנדיק פון ספרים, כמדובר כמה פעמים, אז יעדער איד האט אויף זיך א ציווי אויף לימוד כל התורה כולה, על כל פנים די הלכות שבו, כמדובר
¶6כמה פעמים, ווי ס'איז אויך פארשטאנדיק פון דעם שולחן ערוך פון דעם אלטן רבי'ן, כמדובר כמה פעמים זאל מען אויך א חי יתנו לבי בנוגע צו זיך אליין, ואהבת לרעך כמוך אויף איינווירקן אויף די אלע וואס ווייסן נאך ניט דערפון, וועגן די גרויסקייט פון דעם ענין פון ללמוד כל התורה כולה. און זיכער איז דאך א סך לייכטער דאס אויסצופירן אז מ'לערנט דאס אין ספר הרמב,"ם ווי אפלערנען כל התורה כולה בפשטות, די אלע מסכתות מיט אלע ברייתות מיט אלע מכילתות וכו'וכו כמדובר כמה פעמים. און די החלטה עצמה מאכט דערנאך אויך לייכטער, אז פון דעם לערנען דעם בירור הדברים בנוגע לאסוקי שמעתת אליבא דהלכתא, וואס דאס איז דאך אין רמב,"ם אויך לערנען דערנאך אין דעם מקור מיט די שקלא וטריא וכו'וכו וואס דאס איז פארבונדן מיט לימוד כל התורה כולה בפשטות, ווי ס'איז פארשטאנדיק אויך כמדובר פון שולחן ערוך פון דעם אלטן רבי'ן, אז דאס איז אויך א ציווי אויף יעדער אידן און אויף אלע אידן ער זאל טאן כל התלוי בו אויף אפצולערנען, על כל פנים פעם אחת, אלע מסכרות מיט אלע ברייתות מיט אלע מכילתות מיט אלע ראשונים וכו'וכו כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז דער החי יתנו נא לבו בהוספה על די אנדערע ענינים, נוסף אויך וואס מ'דאנקט אפ פאר די בשורות טובות וואס מ'האט איבערגעגעבן וועגן די סיומים פון רמב בם, און אויך ועיקר ווי מ'האט געפראוועט דעם יום ההילולא, סיי אין חוץ לארץ און סיי אין ארץ ישראל, מיט די החלטות טובות וואס מ'האט אנגענומען בזה, און וואס זיכער האט מען שוין א טייל אנגעהויבן מקיים זיין בפועל. און דאס גיט אויך א זירוז, אין די ערטער וואס מאיזו סיבה שתהי'האט מען אפגעלייגט אויף פראווען דעם יום ההילולא, און אויך פראווען דעם סיום אויף רמב״ם נאך אין די ימים שלאחרי זה, זאל מען דאך נאכמערער מוסיף זיין אין די החלטות טובות, וויבאלד אז מ'האט דאס אפגעלייגט זאל דאס זיין א תועלת, אז וויבאלד אז ס'
¶7גענומען מערער צייט האט דאס געבראכט נאכמער החלטות טובות, און דעמאלט האט מען אויך דעם זכות, אז בשעת מ'דערוויסט אין איין ארט וואס מ'האט שוין געמאכט דעם סיום, אז דערנאך איז געווען א סיום אדער געפראוועט די הילולא במקום שני לאחרי ווי דארט האט מען געמאכט דעם סיום, און מ'האט מוסיף געווען און דערוויסט זיך, אז מ'האט געמאכט כמה החלטות טובות נוסף אויף די החלטות וואס ער האט געמאכט במקום 1 אדער וואס דער ציבור האט געמאכט במקום 2ם גיט דאס זיי א געלעגנהייט אויף משלים זיין, אף על פי וואס לאחרי ווי זיי האבן שוין געמאכט דעם סיום אדער דעם יום ההילולא האט מען דאך דעם שבת שלאחרי זה, דערנאך האט מען כמה ימי סגולה אויף נאכאמאל זיך מתעזר זיין און מתוסף זיין אין די החלטות טובות, און מיט א תוקף המתאים, בפרט לויט דעם אופן, ווי ער קלערט אין דעם קונטר תאכלצו וואס מ'קען טאן אז ס'זאל זיכער אראפקומען בפועל, און ס'זאל אראפקומען מתוך שמחה לטוב לבב ובתכלית השלימות, און נאכמער אין תכלית השלימות, ווי דערמאנט שוין שבת און אויך נעכטן, אז ס'זאל זיין אין אן אופן פון ראש השנה לאילנות אז א פרי אותי פרי, אז די החלטות טובות וואס מ'האט שוין מקבל געווען, די שיעורים בלימוד וואס מ'האט שוין געמאכט, זאל מען מוליד זיין נאך החלטות טובות און נאך שיעורים בלימוד און נאך החלטות טובות, און אויך מוליד זיין בפשטות, אז יעדער איד, וואס ער איז דאך א שלוחו של הקב,"ה, איז אויסו שליח מאכט על כל פנים נאך א אידן פאר א שליחו של הקב,"ה, אדער עכ״פ אז דער צווייטער זאל משלים זיין אין זיין שליחות בתכלית השלימות, ביז אופן אז יעדערער פון זיי טוט דאס אין אן אופן פון שליח אותו שליח, כמדובר בארוכה אין די התוועדות שלפני זה. ועוד והוא העיקר, אז פון דער ראש-השנה לאילנות זאל זיין א צמיחה תמידית, אז מ'הולך מחיל אל חיל וכל עניני טוב וקדושה,
¶8גמרא זאגט אז מ ן פרי מצוות אין קיום המצוות וואס איינע פון זיי איז דאך אויך לימוד התורה, און וואס די שלימות פון לימוד התורה איז דאך א לימוד המביא לידי מעשה ואדרבא דאס איז דער גדול לימוד באשטייט אין דערויף שמביא לידי מעשה זאל ער אויך זיין אין די מעשים אז ער מאכט אויף נאך א לומד תורה, און אויך דער לומד תורה וואס ער מאכט אים אויף ווערט אין אן אופן ער איז שליח אויסו שליח, און דער לומד מאכט-אויף נאך א לומד תורה, וכמדובר בארוכה, אז ס'זאל זיין אזוי בכל יום ויום, במסך כל השנה, וואס זי איז געווארן א ראש השנה לאילנות, וכמדובר, אז דער לשון אין משנה איז דאך אילן לשון יחיד, איז דאך דאס כמטריא פון שתי שמות קדושים, וואס זיי זיינען פארבונדן מיט הנהגות כל העולם כולו, ובפרט די עולם הזה התחתון הגשמי, שאין תחתון למטה הימנו, כמדובר כמה פעמים, ס'זאל זיך טאן אין די אלע אופנים, אין דער אופן פון באור פני מלך חיים און ווי די פירות שנשטפחה בהם ארץ ישראל איז דאך פארבונדן אויך, זיי גיבן דאך דעם אוכל פירות אלו, ניט נאר דער ענין וואס ער האט את החסר, נאר אויך ער האט ענינים של עונג, ווי שמחה וואס קומט דורך דערויף. אין דערויף איז דאך אויך דא דער ענין הגפן, וואס דאס ווערט אויך פון דעם פירות הגפן, און דאס ווערט משמח אלקים ואנשים אז דאס איז מגלה אויך דעם העלם פון אלקים און משמח אויך אנשים, אף על פי וואס מצד עצמם זיינען זיי אין א תואר פון אנוש, כמדובר בארוכה לפני זה, און ס'זאל זיין די אלע ענינים מתוך שמחה וטוב לבב, וואס דאס איז פורץ ומבטל כל הגבלות און מדידות והגבלות, אפילו הגבלות דקדושה, און ס'ווערט דער ענין אז הולך וצומח ביז אין א סמיכה עד אין סוף, און דאס ווירקט אזוי אויף כל השנה כולה, און ווי דאס איז דאך אויך דער אפטייטש פון ויהי בשלח פרעה כמדובר בארוכה, אז דאס מאכט
¶9הסמיכה און ווייטער הסמיכה, ביז ס'איז שוין אויסגעוואקסן דער יום הראשון פון פרשה מתן תורה, ביז וואנענט אז וישמע יתרו אז דאס פועל'ט אויך אין די ווייטע ערטער, אז אויך דארטן קומט דאס אן באופן של שמי און דאס פועל'ט אויף זיי, אז דערנאך זאל בא זיי ווערן אין אן אופן של ראי,' און די אלע זאכן צוזאמען זאל אויפטאן די ירא אל אלקים בציון, דורך דערויף וואס מ'איז הולך מחיל אל חיל. ובפרט כמדובר, אז די פדיונות זיינען שוין א טייל פון זיי אויפן ציון, און זיי זיינען דאך אויך כולל אין זיך, און זיי זיינען דאך הקדמה, און וואס דער בעל הציון זעט, אז מ'שיקט פדיונות בשנה זו, והולך ומתוסף מדי שנה בשנה איז דאך הולך וצומח אויך אין די אלע ענינים וואס שטייט אין די פדיונות, און אויך אין די החלטות טובות וואס שטייט אין די דינות אויף מקיים זיין זיי בפועל, און מקיים זיין זיי אין אן אופן פון צמיחה, און אין אן אופן אז יעדער מעשה זאל ווערן אין אן אופן פון ראש השנה, אז זי זאל ווערן א קאפ און א התחלה פון א גאנצע שורה של מעשים טובים, ביז אז די אלע זאכן צוזאמען איז גלייך די החלטה בזה, ברענגט שוין אראפ דער שכר שבדבר, וואס דער עיקר השכר איז דאך די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס אט דעמאלט, כמדובר לעיל, איז אילני סרק איז אויך אויך לעשים פירות, נוסף אויף די פירות וואס מ'גיט דעמאלט מלמעלה כמוזכר לעיל, און ס'ווערט ומלאה הארץ דעה את הוי אויך אין דעם אופן פון כמים לים מכפים וואס דאס איז דאך סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חוץ-לארץ, טוט זיך אפ אין אן אופן וואס לא יקבם אפילו כהרף עין, כמדובר לעיל, אז וויבאלד אז דאס איז ראש-השנה לאילנות האט דאך דעמאלט בכח, אז ס'זאל זיין די צמיחה פון דעם נייעם ראש-השנה וואס ס'האט זיך אנגעהויבן, ס'זאל זיין א זריזות הכי גדולה, סיי בנוגע צו בעלי חיים, סיי בנוגע צו צומח בפשטות, על אחת כמה וכמה צו מין המדבר,
¶10עאכו כמה וכמה צו אתם קרויין אדם דער אמת'ער מין המדבר און דער אמת'ער תכלית און שלימות פון כל העולם כולו, אז דאס ווערט אין די אלע ענינים בזרירות הכי גדולה, ובטוב הנראה והנגלה, ובתכלית השלימות אין טוב און אין שמחה און אין עונג אמיתי, ביז דער עונג שנשתבחה בהם ארץ ישראל, און מ'איז ממשיך תיכף ומיד ממש, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און צוזאמען מיט משיח צדקנו, בארצנו הקדושה בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, און דארטן גופא ירושלים עיר הקודש, ובהר הבית, ובהר הקודש, ובבית המקדש, ובקודש הקדשים, ובתיכף ומיד ממש.
¶11מיט שוין.