English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

7 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1כדרכי, אז בשעת ס'פאלט איין א גדיינק איז זיך משתדל אויף אן אנדערארבען זיך און ניט אפשטעלן זיך פאר פרטים עד כמה שאפשר, איז כדי נאך לייכטער צו מאכן אט דעם גאנצן ענין, מ'הויבט זיך אן אז מ'דארף אנשרייבן און טעלעפאנירן וכו איז דאך דאס ווייטער א טירחה, און דער לייגט דאס אפ, און יענער שלייבט ניט חלמאיד, וכיוצא בזה, די פארשידענע מניעות ועיכובים, איז דא אין דערויף אויך אן עצה וואס קען דאס פארלייכטערן, און דאס אז ס'זאל זיך געפינען א מוסד מרכזי, וואס ער זאל צוזאמענשטעלן א נוסח פון אזא סארט כרטיות, כאמור, אז דארט זאלן זיין די ענינים הנחוצים, זאל אבער ניט זיין קיין איבעריקע זאכן, קיין אידן ניט שווערער מאכן, און כדי ניט זיך אריינווי אויף מחשד אפשר רעכנט מען אין דערויף נאך עפעס, וכיוצא בזה, כדרך אויר העולם פון רשות-ערבים. דערפאר איז נויטיק צו וויסן שמו ושם אמו, און מה טוב ה'יהודי, בלשון הקודש אדער בידיש, אויך דעם אופן ווי אזוי מ'קען מיט אים קומען אין פארבינדונג, און אויך מה טוב, אז ער ערלויבט אז מ'זאל מיט אים קומען אויך אין פארבינדונג דערמאנען אים פעם בחודש, און מאכן אלע די קר... די קר... די קר... די מפסם זיין דאס ב מכתבי עיתים אין צייטונגען, במילא אזוי ווי צייטונגען דרוקן זיך אפ אין צענדליקע רואים לשמם,

2טויזנטער עקזעמפליען. בשעת מ'וועט זיך צוזאמענרעדן, די ארגונים וואס וועלן געבן אט די מודעות וועלן זיך צוזאמענרעדן צווישן זיך, אז ס'זאל זיין דער זעלבער מדה וואס זיי וועלן געבן אין צייטונג פון די קארטיסים, איז אט דעמאלט וועט יעדערער וואס קויפט די צייטונג קען אויסשניידן דעם קארטיס כמו שהוא פון דער צייטונג, וואס כאמור, דאס האט א פארטיקע זאך אין צענדליקער טויזנטער עקזעמפליארן, און דערנאך ממלא זיין און דארט אויך זיין צוגעשריבן דערביי צו דעם קארטס, צום געדוקטן קארטס, אויך זיין צוגעלייגט א קורצע באשרייבונג וועגן וואס דאס רעדט זיך, און ווער ס'איז דער ארגון וואס איז פארקאכט און וועט זיך מתענין זיין בזה אויף צוזאמענקלייבן די אלע קארטיסים, און מזכיר זיין אדער מוד זיין וכיוצא בזה, במילא דארף אויך זיין דער אדרז פון אט דעם ארגון, אדער פון דער ישיבה, אדער פון דער תלמוד-תורה, אדער פון דעם רב בהנוגע לבני קהלתו אדער בנות קהלתו וכיוצא בזה, מיט זיין אדרז, מיט זייער אדרז צו וועמען מ'דארף דאס אפשיקן. וואס אט דעמאלט האט מען א פארטיקע זאך, כמדובר, מ'דארף מערניט ווי אויסשנייען און ממלא זיין די ידיעות האמורים און אפשיקן דאס אויף דעם אדרס וואס ס'וועט זיין צוגעשריבן דערביי, אין דער צייטונג אדער מצד זה אדער לפני זה וכו וואס דאס איז בלאו הכי א גוטע זאך כדי צו מבאר זיין וועגן וואס דאס רעדט זיך, און מבאר זיין אויך אז דאס איז א דבר טוב ומיוסד אין שולחן-ערוך און אין תורת משה וכו און וואס נאך מערער אויסנוצן די געלעגנהייט אויף מעורר זיין, אז יעדערער זאל זיך משתדל זיין זיין א נר להאיר, אויף פועל-זיין אויך אויף א צווייטן, און אויף כמה צווייטע, און אויף כל הסביבה, שממנו יראו וכן יעשו, מיט די אלע פרטים האמורים. וואס אט דעמאלט איז יש מקום לומר, אז דאס זאל זיך האלטן אין פאנאנדערוואקסן, און דאס זאל אנגענומען ווערן בשעת מ'וועט דאס נעמען אין א גלאטן אופן ווי דאס איז געגעבן געווארן,

3וכאמור, דאס איז געגעבן ווארן ניטא אויף דערויף קיין קאפי רייט, ניטא אויף דערויף קיינע ממשלות, ניטא אויף דערויף קיינע דיעות זאגן, כל אחד ואחת האט דעם זעלבן שולחן-ערוך און האט די זעלבע תורה. און מ'קען פרעגן ביי א רב, אויב ער ווייס ניט וואו ס'רעדט זיך אט די ענינים פון ואהבת לרעך כמוך און אחדות ישראל און בא זיי ס'איז גוט, אז מ'זאל זיך צוזאמענבינדן וי טובים השניים מן היחד, על אחת כמה וכמה הרבים מן היחיד, וגדול כח הציבור וכו'וכו כמדובר לעיל. און יעדערער קען זיך מוסיף זיין מדילי מן המוכן וואס ס'שטייט שוין אפגעדרוקט אין אלע-ערליי לשונות און אין אלע-ערליי ספרים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט תורה און מיט צדק און מיט יושר. וואס אט דעמאלט, כאמור, אז מ'וועט נאך פועל זיין בא די קבוצות וואס וועלן זיין בפני עצמם, אפילו אז מלכתחילה ווילן זיי דוקא זיין בפני עצמם, אז לאחר זמן זאל מען זיך צוזאמענרעדן צווישן זיך, אז אפשר איז כדאי אז מ'זאל זיך מתאחד זיין יחד, כדי ס'זאל זיין נאכמער רוב עם און נאכמער הדרת מלך און נאכמער פעולה און נאך א ברייטערע פארנעם, במילא האט מען אים ברוגערט אויך אין דעם טאן-איז דאך פארשטאנדיק די תועלת שיש בזה. און יהי רצון, ווי דערמאנט פריער, מנא הני מילי ידאמרי אינשי אז דאס שטייט אין פסוק, אז ויהי בישורו מלך מתעסף ראשי עם, ביז וואנענט אז מ'פועל'ט אויף זיין יחד שבטי ישראל אין אן ענין וואס איז פארבונדן ווי עס שטייט אין די זעלבע פסוקים, מיט תורה צוה לנו משה מורשה קהילת יעקב, וואס אין דער תורה שבתב און אין תורה שבעל-פה שטייט, אז יעדער איד וויל מקיים-זיין מצוות, און יעדער איד וויל זיין באחדות מיט אלע איבעריקע אידן, און יעדער איד וויל מוסיף-זיין אין לימוד התורה, און אין קיום המצוות, און אין גמילות חסדים, און אין צדקה וכל הענינים האמורים איז א זיכערע זאך, אז דאס וועט זיין הלוך והתפשט און הלוך וגדול וכו,' ומה טוב, אז

4כל המקדים, כאמור, מ'וועט דאס אנהויבן בעת רצון אין די ד'ימים שבין יום הכיפורים לחג הסוכות, אדער על כל פנים בחלמוד סוכות, אט די וואס שרייבן בלאו הכי חלמוד, אדער אט די וואס באטראכטן דאס אז דאס איז א דבר העביד, ווארום ס'קען זייער זיין אז ער וועט ניט רעדן מיט אט דעם אידן, ווארום ער טרעפט אים חלמוד איז ווער ווייס צי וועט ער אים טרעפן לאחרי און כדי צו רעדן מיט אים דארף ער וויסן, אדער ער דארף יענעם אנשרייבן, פרטים בדבר, במילא ווערט דאס דעמאלט א דבר העבוד. על אחת כמה וכמה אט די וואס בלאו הכי שרייבן זיך על המועד איז דאך הכי פשוט, אויף מ'מעג דאס אויסניצן אט די געלעגנהייט אויף לעוספו בכל ענינים האמורים. וכאמור, והוא העיקר, אז ס'זאל זיין טאפארו דא פלאחא בלשון הידוע, ובפשטות מיינט איז, אז ס'זאל זיין די מעשה בפשטות והוא העיקר, און גלייך אנהויבן און טומלען, אדער ניט טומלען, נאר בדרכי נועם, ובדרכי שלום, ובוד שמחה וטור לבב, פועל זיין אויף יעדער צו וועלכן מ'קען דערגרייכן בכל ענינים אמורים, כולל אויך אז ער זאל ווערן א נרות להאיר, גלייך אנווייזן אלע פרטים, כמדובר לעיל טבע האדם, אז מ'רעדט אפ א זאך בכללות ווערט דאס דערנאך נשתקף. ווי דער מיטעלער רבי וועגן דערויף מאריך בהנוגע צו התבוננות אין תפילה, אז אפילו דארטן איז ניט מספיק התבוננות כללית, מ'דארף האבן אויך א התבוננות פרטיות, ביז פרטי-פרטיות. בהנוגע צו מעשה בני אדם איז א זיכערע זאך, אז מ'רעדט זיך צוזאמען ווי ער איז בזמן יתעוררות קען דאס חס ושלום דערביי בלייבן, אפילו אז דערנאך איז דאס נמשך און מ'נעמט אן א החלטה קען דאס בלייבן בא די החלטה בכללות, און החלטה בכללות איז בנוגע לפועל, לירא את הוי'לשמע ולעשות את כל דברי הוי קי קומט ניט ארויס אין פועל, ער ווייס ניט וועגן וואס צו טאן און וואס צו זוכן און ווי אזוי צו טאן און מיט וועמען צו רעדן, אז יענע

5מסביר זיין, אז יעדער איד איז א איד, און יעדער איד איז א מאמין בן מאמין, און יעדער איד האט אנגענומען גאנץ תורה און מצוותי'בא א מעמד הר סיני, אבער צוזאמען דערמיט וגם זה עיקר אדער וזה עיקר דארף א איד נאך דרייצן יאר לייגן כפילין, און א מיידעלע, אדער א פרוי דארף בענטשן ליכט, און מ'דארף עסן כשרות, כל די מצוות פרטים, ביז די גדוקים כלים של דברי שפה, וואס דערפאר דארף מען אויך האבן די ענינים זאלן אראפ דוקא בפרטיות, ובלשון הרמב אז דורך רוב המעשה, אז ער האט כמה פרטים אין וועלכע ער טוט, און ער האט כמה פרטים וועגן וועלכע ער רעדט, ווערט דאס נאכמערער נקבע בנפשו, אז ער האלט דערביי און טוט אין דערויף און איז נאכמער מצליח נוסף אויפן ענין, אז בשעת מ'טוט מערער אין אן ענין ווערט מען מערער מומחה בזה, און מ'ווערט מערער מנוסה בזה, און מ'האט תירוצים אויף אלע-ערליי שאלות וכיוצא בזה, ואין כל צורך להסביר ולהאריך, על כת כמה וכמה, ווי אזוי דער טאן אין דעם גופא איז ברענגט נאכמער הצלחה בכל ענינים אלו. וכמדובר, די דברים האמורים, אף על פי וואס אן אריכות גדולה לכאורה, איז דאס מערניט ווי כללים, ויש לפריד בזה כמה וכמה, והעיקר, אז מ'זאל שוין האלטן דערביי בא דעם כלל און דערנאך אראפקומען אין דעם ערשטן פרט וועט דערנאך זיכער מקויים ווערן, אז מצוה גוררת מצוה לפנין משורת הדין איז מוסיף און גורר א צווייטן, אז נאך לפנין משורת הדין, ועד דרך זה אויך אין די פעולות וואס כללותם, און אויך די פנימיות שלהם און חוצוניות שלהם, איז אחדות ישראל, מיוסד אויף לימוד התורה און קום המצוות און הפצת היהדות בכלל ה, איז א זיכערע זאך, אז דאס איז מצליח זיין, אז מ'וועט אנהויבן טאן אין דעם, און דאס גופא, די עבודה גופא בזה, וועט נאכמערער איינציען אין דעם,

6און ס'וועט זיין בהצלחה רבה, ובמיוחד כמדובר לעיל היינו דמי ראינשי, אז מ'זאל זען, אז אין מכתבי עיתים הנפוצים זאל זיין באשריבן על כל פנים עיקרי הענינים און נקודות הענינים, און דער עיקר אז ס'זאל זיין דערביי אפגעדרוקט מן הגורל שבט אין אלע מודעות, כדי מ'זאל זיי קענען דערנאך צוזאמענלייגן א קארטס וואס דארט זאל זיין אנגעצייכנט, אז דארט זאלן אנצייכענען שמו אדער שמה, און דא שם האם, און דא דער טעלעפאן, אדער עדית וכיוצא בזה, און אז ער נעמט אויף זיך בכל חודש, אדער ער נעמט אויף זיך סתם, אדער וויל זיך פארבינדן מיט אן ארגון פלוני וואס שיקט אים דא, וואס דרוקט די מודעא וכיוצא בזה, אדער ער וויל צו אן אנדערן, איש כל רוצה בעיניו והישר בעיניו, וויבאלד אז דאס איז ענינים פון ישרים, איז במילא יעשה ויצליח. און ויהי רצון, אז ס'זאל אין דערויף אויך זיין בלשון הכתוב וזאת הברכה אז ס'זאל זיין א געבענטשטע זאך, און דער עיקר איז מ'זאל קענען מרע זיין באצבעו ואומר זאת אט איז דא א איד אדער א פרוי וואס האט אנגעהויבן טאן אין אט דעם ענין און האט גערעדט מיט א צווייטן אדער מיט א צווייטע בזה, און האט מצליח געווען, און האט פון זיי אויך געמאכט נרות להאיר און דערנאך וועט זיכער זיין, כמדובר כמה פעמים, מיוסד אויף א שיחה פון נשיא דורנו, אז נאך ווי זאת הברכה קומט בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ אז מ'האט די אלע ענינים של ברכה, בפרט נאך זאת הברכה אשר ברך משה אשה עליהם ובפרט אז מ'ברענגט דאס אראפ אין אן אופן לעיני כל ישראל, ובידי החזקה, אבער בדרכי ובדרכי שלום בויט מען דעמאלט אויף פון דאס-ניי, בתייעתא דשמיא, עוי די אלקים, ווערט בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ וכל צבאיהם ער בויט-אויף זיין לעבן פון דאס-ניי ביז אין אן אופן חדש לגמרי, און לגמרי לטוב, ביז אין אן אופן למעלה ממדידה והגבלה בכל מאדך.

7און דאס איז נאכמערער מוסיף אז ס'ווערט שמים חדשים און ארץ חדשים מבורך ומבורכת בכל טוב רוחני וגשמי, בני חיי ומזוני רויחי, אז ס'איז דער יאר ווי מ'האט שוין אים אפגעגעבן און גע'חתמ'ט, און א גמר סימה טובה אז ס'זאל זיין כל טוב רוחני וגשמי קומט דאס אראפ, כמדוע כהדוע דער לשון, מ'פאקט פאנאנדער די פעקלאך במשך כל השנה, און מ'געפינט אבנים טובות ומרגליות, וטוב הנראה והנגלה בכל הענינים בפשטות, למטה מעשרה טפחים, ולכל לראש געפינט מען די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו בפשטות, למטה מעשרה טפחים, אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו כל גדול ישובו הנה לארצנו קדושה, ארץ אשר תמיד עיני הוי'אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה ופשיטה, אז אויב אין חוץ-לארץ דארף מען טאן די אלע ענינים איז אין ארץ הקודש איז דאס נאכמער מקודש און נאכמער רצוי און נאכמער מסוגל, אז מ'זאל טאן אין די אלע ענינים ביתר שאת וביתר עוז, און דאס זאל נאכמערער צוהיילן, אז ס'זאל זיין דער קהל גדול ישובו הנה פון אלע ארון סת, על אחת כמה וכמה ישובו הנה היא נארץ ישראל עצמה, זאל אויך זיין דער ישובה הנה ביז אין תשובה עילאה, וואס ענינו איז דאך דוקא מתוך שמחה, און דוקא מתוך ריבוי, אין לימוד התורה, ביז ווי ער זאגט אין תניא באריכות בדבר, במילא קומט אויך פון ריבוי בתורה און קומט אויך אויס ריבו בהיכת ובכמות אין קיום המצוות און קיום המצוות בהידור, פון כספם וזהבם איתם ברוחניות, וואס דאס ברענגט אויך מיט זיך כספם וזהבם איתם כל טוב רוחני וגשמי, און ואין להאריך בכל ענינים אלו, נאר זען, אז משיח צדקנו קומט תוקף ומיד ממש, ותוקף ומיד הן נגאלין, בגאולה האמיתית והשלימה. לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים