English
ספרייה
kind
paragraph
order
U3
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און מ'האט געהאט אויך די אלע דרגות און די אלע ענינים, אנהויבנדיק פון שנת אורה, פון שנת ברכה און שנת גאולה און שנת דעה און שנת הוד והדר און שנת ועדה טוב און שנת זכיות גדולות און שנת חסד ורחמים און שנת חיים ארוכים און שנת טובות גדולות און שנת יעוד, אנהויבנדיק פון דעם יעוד פון ביאת משיח צדקנו, תיכף ומיד ממש, און שנת כלכלה בהרחבה, על דרך ווי ס'איז געווען נוהג כצה יוסף איז דאס געווען דוקא בהרחבה און לחם לפי הטף, און ווי רש",י טייטשט דאס אפ, אז דער מנהג פון טף איז, אז ניט נאר מ'דארף זיי געבן אויף עסן און טרינקען, נאר מ'דארף זיי אויך געבן זיי זאלן האבן וואס פאנאנדערווארפן פירורים אין דער גאנצער חדר אין וועלכן זיי געפינען זיך, ווערט דאס בא זיי אויך אן ענין פון זייער מזון, וואס דאס איז כולל כל הצרכים שלהם, ס'קומט אבער אויך ארויס אין דערויף, אז אפילו אז ס'איז דא אידן וואס לכאורה האבן זיי אויסגעגעבן געלט אויף זאכן וואס א צווייטער איד זאגט, אז דאס איז מוסרות, און וואס דארף ער האבן, און וואס דארף ער האבן די דאגות שבדבר, וואס מרבה נכסים, מר בדאגה? זאגט מען, אז יעדער איד איז נוהג עצי יוס
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים