עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-4gbgn5dz

kind
paragraph
order
O
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
בחוצות ירושלים, קול חתן וקול כלה מיטן גאנצן המשך, ביז אין אן אופן אז דאס ווערט בגלוי א בנין עד דעד, צוזאמען מיטן בנין עד דעד פון מקדש אדנ כוננו ידיך וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט דער חתונה כביכול פון דעם אויבערשטן, מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, במיוחד מיט גאנץ כנסת ישראל, ועוד והוא העיקר, אז לא עיקרם אפילו כהרב עין, און ס'ווערט תיכף ומיד דער מעמד ומצב פון לעתיד לבוא, מיטן גאנצן לעתיד לבוא, וואס דעמאלט איז דאך דער מעמד ומצב פון נישואין, משא'כ ביז דעמאלט איז דאך בין הקב'ה לישראל א מעמד ומצב פון אירוס'ן, כמדובר לעיל, און וואס אויך פון די הכנות לזה, וואס זיינען דאס נאכמער מזרז וממהר ומקדים ומביא, איז דאס יעדער חתונה וואס קומט דאך לאחרי האירוסין פון א חתן וכלה פון עם ישראל, און פון כלל עם ישראל מיטן אויבערשטן, ווערט א ששון בשמחה מיט אלע עשר לשונות של שמחה, כמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, אז תיכף ומיד זיינען זיי אויך דער חתן וכלה
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions