עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

96 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1וואס בנוגע צו אמירת מודה אני וכאמור לעיל וואס דאס איז דער ”דין כשיעור משנתו”, און דערנאך איז דאך כידוע דער סיפור,

2אז אט די פינטעלע פון ”רבה אמונתך” דארף מען איר דערנאך פאנאנדערש פארזייען און פאנאנדערשפרייטן על כל היום כולו, וואס דאס איז די נקודה דערפון וואס מ'האט גערעדט פריער,

3אז אויב ער איז נאר א הולך מחיל אל חיל וואס דאס ווערט דאך געמאנט פון יעדערן איז ב”כל רגע ורגע” איז דא ביי אים א יואר משנתו, אין דעם ענין וואס מיט א רגע צוריק איז ביי אים געווען אין אן אופן פון שינה 'והעלם והסתר'.

4וואס אין דעם ענין איז על דרך ווי כל הענינים שבתורה איז דא דער ענין על פי פשט און רמז און דרוש און סוד.

5וואס דער ענין על פי פשט איז דאך דאס ווי מ'לערנט מיט קינדער, אז וויבאלד אז יואר משנתו און ער גיט זיך א כאפ אז דער אויבערשטער האט אים צוריקגעגעבן די נשמה, איז זאגט ער אויף דערויף מודה ארינו ער דאנקט אפ דעם אויבערשטן שהחזרת בי נשמתי וואס דערמיט ווערט פארענטפערט אן ענין תמוה,

6אז מה-דאך אז אויף פרטי החיות דארף מען מאכן א ברכה, ס'איז דאך חסר לאדם שיענעם 'עולם הזה', סיידן ער וועט פריער בענטשן, וואס דעמאלט ווערט מאכן אויף דערויף א ברכה, על אחת כמה וכמה אז ס'רעדט זיך ניט וועגן אן ענין פרטי, נאר אן ענין וואס ער איז כולל כל הנאות, דער ענין פון ושכזכת בי נשמתי,

7איז דאך אמת טאקע ס'קען ניט זיין א ברכה קודם שיור נשמתו, על דרך ווי ס'קען ניט זיין א ברכה אויף תבילת הגר קודם שידבר, ווארום דעמאלט איז ער נאך ניט געווען קיין גר, על דרך זה דא איז ער דאך נאך ניט געווען קיין זאכעדיקער, האט ער אין דעם ענין גופא נאך ניט צוגעקומען קען דא ניט זיין דער אבר לעשייתם,

8על דרך ווי ס'קען ניט זיין בא תבילת גר, אבער גלייך ווי ער כאפט זיך אויף האט דאך לכאורה קיין ארט ניט ער זאל טאן כמה ענינים, די ערשטע זאך דארף זיין תהלה לעודקו דארף מודה זיין שהחזרת בי נשמתו.

9וואס דאס איז דער ענין כפשוטו, אז אין יואר משנתו, און ער גיט זיך א כאפ וואס דאס האט געטראפן, אז ערשטער איז ער געשלאפן און איצטער החזירו בו נשמתו איז זאגט ער ”מודה אני לפניך” אז דאס איז מיום ברכת הנהנים וההודאה, נאר וואס דען?

10אזוי ווי ”שקודם שנטל ידיו” קען ער דאס ניט זאגן בשם המלכים.

11וואס דערפאר איז בזמן השעת, וואס דעמאלט איז געווען דער סדר, אז ווי ס'ווערט געבראכט אין מפרשים, אז זיי זיינען געווען קדושים, און מ'האט ניט געדארפט האבן קיינע תילה, דערפאר האבן זיי גלייך געקענט זאגן 'אלקי נשמה' אט דעמאלט ווערט טאקע אין גמרא ניט געבראכט דער ענין פון מודה אני נ

12דארף ער זאגן ”אלקי נשמה” וואס דאס איז דאך אויך דער תוכן המחזיר נשמה איז דער תוכן פון ”מודה אני לפניך” ס'איז קיין סתירה ניט לאחרי ווי ער האט געזאגט דער מודה אני זאל ער ארף על פי כן בענטשן א צווייטן מאל דער 'אלקי נשמה',

13וואס דארט איז דאך דארט איז דאך דא כמה פרטים וואס ס'איז ניטא אין דעם ”מודה אני לפניך” נוסף על כללות הענין, אז ”כל ברכות שאינה” בשמל מלכות איז דאס ניט דער ענין הברכה, דאס איז מערניט ווי א הודאה, אבער ניט אפגעטאן דער ענין פון א ברכה בשלימותה.

14וואס דאס איז דער ענין כפשוטו פון ”מודה אני לפניך” דער ברכת ההודאה שהחזכת בי נשמתי.

15דערפון דערנאך, ווי יעדער ענין של מצוה, איז דאך נוסף אויף דעם ענין וואס ער איז מקיים דעם ציווי השם, האט ער אויך א תועלת דערפון בעבודתו לבוראו,

16על דרך ווי מאמר המשנה מצוה גור ארץ מצוה, אט דאס איז וואס דער אלטער רבי איז מוסיף גלייך אין שולחן-ערוך, אז דורך דעם זאגן ”מודה אני לפניך” איז יזקון אז ער שטייט פארן ”מלך מלכי המלכים הקב"ה” וועט ביי אים ווערן די גאנצע עבודה והנהגה באופן אחר, וואס דאס איז דער ענין ווי ער איז כפשוטו.

17דערנאך איז דא דער ענין ווי ער איז על פי דרוש, ווי געבראכט אין מדרש אויפן פסוק ”חדשים לבקרים רבה אמונתך”.

18וואס וואס איז דער ענין ה דרוש?

19אז על דרך ווי דער אויבערשטער האט אים מחזיר געווען נשמתו לערנט ער דאך אויך אפ, אז בשעת מ'וועט אים געבן א פיקדון זאל ער אים אויך ניט פארהאלטן.

20וואס דאס איז דאך ניט אן ענין של רמז און ניט אן ענין של פשט, נאר דאס איז מ'דארשטנט פון איין ענין אויפן צווייטן אין א דרושי'דיקן אופן, וואס דערפאר ווערט דאך דאס געבראכט אין מדרש און אויך אין זהר.

21דערנאך איז דא דער ענין הרמז שבזה, וואס דאס ווערט אויך געבראכט אין מדרש, אז דורך דערויף וואס 'החזרת בי נשמתי' איז אנו יודין אז אזוי וועט אויך זיין לעתיד לבוא דער ענין פון תחיית המתים.

22וויבאלד אז מ'זעט, אז דער אויבערשטער האלט ווארט און איז מחזיר די נשמות לבגרים מתים וואס דאס איז דאך ניט אן ענין פון דרוש, נאר דאס איז אן ענין של רמז.

23אזוי ווי די גמרא זאגט, אז שינה איז אחת וששים פון דעם ענין אויף וועלכן מ'דארף האבן תחיית המתים, און מ'זעט, אז אין אחת פון ששים איז נתקיים געווארן טוחזרת בי נשמתי איז דאס א רמז, אז אזוי וועט אויך נתקיים ווערן אין דעם ענין וואס ער איז ששים פעמים ככה.

24דערנאך איז דא דער ענין ווי דאס איז על פי סוד, וואס דאס איז דער לשון וואס ס'זאגט מלך חי וואס מלך איז דאך דאס מלך על כל העולם, ספירת המלכות, 'כח הפועל' בנפעל,

25וואס דורך וואס טוט-אויף מלכות 'כח הפועל' בנפעל?

26דורך חי וואס דאס איז דער מדת היסוד, ווי גערעדט אין מאמר דער סוף עולמות האין סוף, דער ענין פון אלקות ווי ער איז העכער פון עולמות, ווי ער טוט זיך אן אין טבע, וואס דוקא מצד דערויף קען זיין א בריה חדשה, טבע 'מצד עצמו' קען קיין חידוש ניט אויפטאן, ס'קען מערניט ווי ממשיך זיין א זאך וואס ס'איז שאינו מציאות.

27ווען ער כאפט זיך אויף אין אחת משישים פון דעם היפך החיים, און ס'ווערט אט דעמאלט א בריה חדשה, וואס דאס איז דאך איינע פון די טעמים פארוואס מ'דארף האבן נטילת ידים בבוקר, מיט כמה פרטים שבברכות, איז דורך וואס טוט זיך דאס אויף?

28אז דאס איז ניט נאר דער ענין פון מלך, וואס א מלך איז דאך ניט קיין מהוה מחדש, ער איז מערניט א מצוה ווי ס'זאל נמשך זיין די הנהגת המדינה, ועולם ”קטן זה האדם” משא' כן אז ס'קומט-צו דער פון חי האמיתי, מקור החיים, אין דעם ענין ווי דער אויבערשטער איז מלך על כל העולם דורך דערויף ווערט אויפגעטאן החזכת בי נשמתי.

29וואס דאס איז דער ענין ווי דער זיז על פי סוד, אז פאר וועמען איז ער מודה?

30דערפאר וואס דאס נעמט זיך פון מלך ווי ער איז צוזאמען מיט חי וואס דערפון קומט ארויס החזכת בי נשמתי.

31וואס עד כאן איז דאס ווי מ'לערנט דאס ”בפשט וברמז ובדרוש ובסוד”.

32דערנאך קומט צוגיין תורת החסידות און גיט אין די אלע ענינים אריין נאך אן עומק בדבר.

33און ער זאגט, אז בשעת מ'כאפט זיך אויף פון שלאב, וואס אט דעמאלט איז ווי גערעדט פריער באקומט ער א נייע הנאה,

34אז ס'דארף זיין א הודאה דערפאר וואס דאס איז אן ענין וואס ער איז כולל ”כל הנאוות שבעולם”, ביז דער ענין פון נקודת החיות, און איז דאס מסביר, אז דא איז נאך דא נאך א טיפערע זאך, אז וואס ער קערט אום די נשמה אין אן אופן ווי דאס איז א נשמה פון א אידן.

35ס'קען דאך זיין דער החזכתא בי אבער ס'זאל זיין ניט נשמתי נאר א נשמה אן אנדערע, במילא איז דעמאלט איז דא דער חשש פון שלא יתני גוי און שלא יתני עביד מיט די אלע פרטים שבזה,

36און מ'זאגט, אז אין דעם אופן החזרת הנשמה קען זיין ווי דאס איז בכלל ער זאל זיין לעבעדיק, און ס'קען זיין א בהמה איז אויך לעבעדיק, און נאכן שלאפן באקומט זי אויך צוריק דעם חיות.

37און אויף דערויף, אויף א חיות פון א בהמה, ווייס מען ניט צי ס'איז געדאי צו געבן הודאה צי ניט, ווארום דאס איז אן ענין וואס ס'איז ”רוח הבהמה יהי הירדת למטה” ס'איז ניט אן ענין של עילוי.

38ווען ס'איז חס ושלום 'החזרת בי נשמה' סתם און ס'איז ניט באווארנט אז נשמה תא איז אט דעמאלט ווערט דער פשט, ס'איז ניט אן ענין של הודאה, ער דארף זיך מיישב זיין צי ס'איז לויט דער ענין.

39וכידוע וואס קושי אליעפלער האט זיך געבעטן, אז בשעת מ'האט אים דער אלטער רבי געגעבן די ברכה אויף אריכות ימים האט ער גלייך געבעטן, אז ס'זאל זיין חסידישע ירים.

40לכאורה, וואס דארף מען נאך האבן? דאס אליין איז דאך שוין א מתנה, הערט זיך איין דער גסמור א מתנה ווילך צוויי מאל אזויפיל צי דריי מאל אזויפיל, נאר ביי אים מצד מעמדו ומצבו ווי ער האט מכוין געווען אל האמת האט ער זיך מיישר געווען אין אריכות ימים?

41ער דארף זיך באטראכטן צי ס'איז א גוטע זאך.

42ווען איז דאס ביי אים א גוטע זאך? אויב ס'איז חסידישע ירים.

43ועל דרך זה ביז 'למטה מטה', איז ניט ס'איז גענוג אט דאס וואס ער כאפט זיך אויף און זעט אז ער איז א לעבעדיק ברמ חוברה ושסה גידיו, נאר ער איז מדייק, שהחזכת בי נשמתי אז דאס איז אז ”רוח האדם היא העולה למעלה ניט רוח הבהימה, הורידת היא למטה”.

44און אט דעמאלט ערשט קען ער געבן הודעה.

45דאס איז ניט א נייער פשט, נאר אין די הודעה פון מודה אני אין דערויף גופא איז ער ממתיק פארוואס עפעס ער גיט אויף דערויף אויף סתם וואס ער וועט לעבן און זיין אן אוכל ושותה וישן ומטייל וכל הפרטים שבזה ניט אויף דערויף קומט דער מודה אני על פי חסידות.

46אויף וואס איז מודה אני? ווען ס'איז נשמתי דער ”רוח האדם יהא אלה למעלה”.

47און דערנאך זאגט מען אויך בהנוגע צו פקדון, אז ס'איז דא דער ענין ווי דאס איז 'על פי דרך הדרוש', אז אויף דערויף זאל ער זיך אפלערנען, אז בשעת מ'וועט ביי אים האבן א פקדון זאל ער אויך ניט פארהאלטן די פקדון נאר ער זאל אים אפגעבן, אף על פי וואס ער קען זיך טראכטן, וויבאלד אז יענער איז אים עפעס שולדיק אפשר זאל ער מעכב זיין דעם פקדון.

48און אט דא קומט חסידות און פארענ ס'האט גאר אן ארט אין דין, אז אויב ער האט ניט קיין אנדער וועג ווי אזוי פון יענעם אויפצומאנען, און יעדערער האט אים אריינגעלייגט דעם פקדון איז דאס על-דרך ווי די גמרא זאגט די פלוגתא, אז בשעת ער האט אים צוגערעדט ער זאל פארקויפן א צווייטן, קען ער אף על פי כן טענה'ן, אז דאס געהערט גאר אים, כאטש ער האט אים אליין געזאגט אז ער זאל פארקויפן א צווייטן דע

49עאכו כמה אז ער קען פון אים אריינקריגן א פיקרון בהיתר, און דערנאך וועט ער אים דריקן ניט אפגעבן כדי אויפצומאנען דעם חוב.

50און אויף דערויף זאגט מען, אז די אלע ענינים וואס ס'איז דא אין ציווי און אין הנהגה, איז ניט ווי דער חילוק איז ווי מ'מיינט, אז דער חילוק שבין אדם למקום און בין אדם לחבירו, וואס דאס איז דאך די משנה מחלק אין יומא דער ”עבירות שבין אדם למקום” מכפר,

51”עבירות שבין אדם לחבירו עד” שהורצה את חבירו דאס איז אבער ניט די חלוקה ראשונה, דאס איז א חלוקה שני' לאחרי ווי ס'איז דא א כלל.

52אט דער ערשטע זאך איז, אז אלע ציוויים זיינען פון בין אדם למקום, נאר אין זיי גופא איז דא שני סוגים.

53אין ציוויים שבין אדם למקום איז דא א חלק וואס דער אויבערשטער האט אים געזאגט ווי ער זאל זיך פירן מיטן אויבערשטן כלפי הקב"ה ווי דער אויבערשטער האט אים געזאגט ווי ער זאל זיך פירן מיט א צווייטן מענטשן.

54וואס דאס איז דאך וואס דער רמב"ם זאגט אין פירוש המשניות, אז אלע מצוות דארפן מקיים-זיין דערפאר וואס דער אויבערשטער האט אזוי אנגעזאגט למשה מסיני, אבער ניט דערפאר וואס אזוי קומט אזוי

55אז אפילו בהנוגע צו א בן-נח, אויב ער איז מקיים די שבע מצוות ניט דערפאר וואס צבא עליהם משה, נאר דערפאר וואס ביי אים קומט אויס אזוי על פי חכמה איז לויט איין גירסא איז אינו מחכמי ”אומות העולם ואינו מחסידי אומות העולם”.

56על אחת כמה וכמה אז ס'רעדט זיך וועגן א אידן, איז אפילו א מצוה שבין אדם לחבירו איז דאס ניט צווישן אים און חבירו דאס איז דאס צווישן אים מיטן אויבערשטן.

57נאר וואס דען אין דערויף גופא איז דא א חילוק, אז דאס רעדט זיך וועגן א ענין של תפילה להקב"ה, און דא רעדט זיך וועגן ירצו את חבירו.

58במילא על פי זה איז פארשטאנדיק, אז דערפאר וואס דער חבר זיינער האט געטאן אן עוולה, און האט ביי אים צוגענומען אן ענין וואס קומט אים ניט און ער דארף ביי אים צוריק אפנעמען האט דאך דאס קיין ארט ניט אז משום זה זאל ער טאן אן עוולה לגבי הקב"ה, ו בשעת ער האט פארהאלטן דעם חבר'ס פקדון,

59איז דאס ניט וואס ער רירט אן דעם חבר דאס רירט ער אן דעם ציווי הקב"ה וואס בין אדם למקום איז אויך אט די מצוה, אז לא יעקב את הפקדון.

60וואס דעמאלט ווערט פארשטאנדיק אט דער ענין פארוואס ער זאל ניט מעכב זיין די פקדון, און ס'איז אויך פארשטאנדיק דער קישור מידי סישך זכת בי נשמתו.

61וואס אויף דערויף איז דאך אויך ווי מ'איז מפרש אין דעם, אז אף על פי וואס די נשמה איז מלוכלכת ס'איז דאך ”ידע אינש בנפשי” אז בשעת ער האט זיך געלייגט שלאפן איז געבליבן ענינים אויף וועלכע ער דארף נאך ברענגע וואס אויף דערויף איז דאך דערנאך דער תפילה ”של שחר אויף לכפר על כל עבירות הלילה”, איז לכאורה האט דאך אן ארט אז מ'זאל מעכב-זיין חס ושלום דעם פקדון,

62איז וויבאלד אז דער אויבערשטער זאגט, אז ס'איז צוויי באזונדערע ענינים איצטער גייט א בריה חדשה מיט א נייעם חשבון, און אט דאס וואס ס'איז געווען די פריערדיקן טאג איז א באזונדער חשבון, כל יומא ויומא עביד עבידתי גיט

63אז על דרך זה פון מעכב זיין, ועל אחת כמה וכמה, אויף מקריב זיין א פקדון של חבירו, וואס דורך דעמאלט איז ער ניט מקיים ציווי הבורא האט דאך אויף דערויף ניט קיין תירוץ, אז דאס טוט ער דערפאר וואס דער צווייטער האט פארהאלטן זיינע געלט.

64ועל דרך זה, בשעת מ'איז מסביר דעם ענין פון תחיית המתים, אז מ'האט דאס א ראי' אויף דעם פון שחזרת בי נשמתי איז איז לכאורה איז דאס ניט א רמז רחוק ביותר, שהחזרת בי נשמתו דער ענין וואס איז מערניט ווי לחדש הישנות.

65דער גוף איז געבליבן ווי ער האט זיך געלייגט, די נשמה איז געווען ווי פריער, נאר ס'איז מערניט ווי דער ענין החיבור שביניהם.

66דער ענין פון תחיית המתים איז אינגאנצן אן אנדער זאך.

67דאס דארף מען אויפבויען דעם גוף פון דעם ”עצם לוז”, מ'דארף אויפבויען די נשמה וואס זי איז דאך געקומען און דורכגעגאנגען די אלע ענינים וואס מ'גייט דורך איידער מ'קומט צו צו תחיית המתים לכאורה האט דאס ניט קיין קשר מיט החשכתא בי נשמתי ”בכל לילה ולילה”.

68קומט צוגיין חסידות און מסביר, אז ס'איז פונקט די זעלבע זאך בכל יום ויום, ווארום ס'איז דאך ווי ”דבר הוי' שמים נעשו” 'בכל רגע' ורגע איז די התהוות הבריאה מחדש, און התהוות פון זיין גוף מחדש.

69און בשעת די נשמה גייט ארויף למעלה מיט די אלע ענינים וואס ס'האט זיך אויפגעטאן בייטאג גייט דער גוף אויך ווערט א נייע מציאות, א בריה חדשה.

70וואס דערמיט ווערט פארענטפערט אויך אט דאס וואס מ'זאגט נעשה בריה חדשה ווי איז דאס אין פועל ממש, אז ס'איז דער זעלבער גוף און די זעלבע נשמה, מערניט וואס דער חיבור שביני אים האט זיך באשטארק, אבער ניט די בריה חדשה.

71על פי ביאור החסידות, אז 'בכל רגע' ורגע איז נתהווה מחדש, און ווען ס'איז נאך ניכר אין טבע דער שינוי פון יום ולילה, וואס דעמאלט טוט זיך אפ די נשמה מתחבר מלכתחילה בקישור חדש, וואס אויף דערויף דארף מען האבן א באזונדער ברכה,

72ווי ער זאגט דערנאך בשם ומלכות המחזיר נשמות איז דאך דאס דער ענין פון תחיית המתים נאר וואס דען?

73אין א חלק סמך, ניט אין ששים פעמי קחה דאס איז א חילוק אין כמות, ניט א חילוק אין אויך.

74על דרך זה בשעת ס'קומט דער לימוד על פי הסוד, איז ווי גערעדט פריער, דא קומט אריין אויך דאס וואס חסידות איז מבאר די ענינים שבקבלה, בשעת ער זאגט אים מלכות ויסוד איז דאס איין ענין, בשעת ער איז אים מסביר, אז מלכות איז דאס דער ענין פון 'כח הפועל' בניפעל.

75וואס 'כח הפועל' בניפעל איז אט דעמאלט איז דאך דער נפעל א מציאות בפני עצמו, און דער פועל איז א מציאות בפני עצמו, און אז ער קוקט 'לעיני בשר' אויף דעם נפעל זעט ער ניט דעם פועל, אז ער זעט די כלי וואס דער אומן האט געטאן זעט ער ניט דעם אומן.

76ועל דרך זה אט דאס וואס מלכות ווערט אנגערופן דאס וואס למעלה איז דא די ספירת המלכות, וואס דאס איז 'כח הפועל' בנפעל, איז דאס אן ענין וואס דאס איז טאקע מהוה, אבער אין וואס פאר אן אופן ווערט די אתהבות?

77על דרך ווי דער אומן מאכט די כלי, וואס דערנאך, אז ער גייט אוועק פון די כלי ווייס מען ניט פון די מציאות דער אומן, ביז וואנענט ער קען זאגן אז ער וויל ניט אנערקענען די גאנצע מציאות פון אומן, על אחת כמה וכמה אז דאס זאל א

78זאגט מען אים אט די מציאות, אז ס'איז דא דער ענין פון חי וואס דער ענין פון לעבעדיקי, אז דאס איז אמיתית ענין החיות העכער פון שינויים, וואס דאס איז דער ענין פון יסוד, דער סוף פון משפיע,

79וואס איז אינגאנצן העכער פון מקבל, און דאס איז זיך מתאחד מיט דעם 'כח הפועל' בנפעל, וואס אט דעמאלט ווערט ביי אים דער ענין פון ענין היסוד, ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין דער אגרת הקודש ”להבן משל ומליצה” דער ענין פון ספירת המלכות און ספירת היתר.

80וואס די נקודה המשותפת שבכל פירושים אלו איז, אז דאס איז ניט אז ס'קומט צו א נייער פשט און א נייער רמז און א נייער דרוש און א נייער סוד ס'איז לכאורה די זעלבע, אבער אין די אלע פיר ענינים באקומט ער אן אנדער אריינקוק אין דעם.

81און אט דאס גיט אים אויך אט דאס וואס דער אלטער רבי האט געזאגט לשנות טבע מדותיו אדער לשנות מדותיו הטבעיים, און דאס גיט אים אויך א פירוש אויף עניני קבלה, ביז דאס גיט אים אויך, אז בשעת ער לערנט דעם ענין הפשט שבתורה, וואס דאס איז דאך די עשי' שבתורה, איז אט דעמאלט האט ער אין דערויף ניט נאר דעם מלך נאר אויך דעם חי, אז דאס ווערט ביי אים אין אן אופן של חיות שאין בזה שינוי.

82וואס דאס איז על דרך ווי דער רבי דער נשיא האט דערציילט, אז בשעת מ'האט גערעדט טאפן אמאל בא א וויקוח, און יעדערער האט געזאגט, אז אין תורה האט ער געפונען מקורות אויף די פארשידענע שיטות וואס ס'איז דא אין הנהגת החברה והנהגות העולם.

83בשעת דער רבי דער נשיא געענטפערט, אז דאס איז אמת, אבער ניט דאס איז כל ענין התורה.

84מצד דערויף וואס תורה איז דורך דער ווי ער זאגט איז אלע ענינים טובים וואס ס'איז דא אין וועלט געפינען זיי זיך אלע אין תורה,

85אין אן אופן של חיוב, במילא איז קיין שטירה ניט אז מ'געפינט אין תורה כל פרטים אלו, דערפאר וואס תורה איז כולל ”כולם ולמעלה מכולם”.

86וואס על דרך זה איז אין תורה גופא, איז דא ווי תורה איז פאנאנדערגעטיילט אין לימוד על פי איינע פון די ד' רכים, און דערנאך איז דא אט דאס וואס ס'איז כולל כולם ולמעלה מכולם, במילא ווערט ער דערנאך נמשך ”אין כל אחד ואחד” מדרכים אלו, אין אן אופן אויף אריינגעבן אין דערויף א טיפערן קוק מיט א ברייטערן ביאור.

87וואס על דרך ווי דאס איז אין דעם ענין פון מוד אני כאמור לעיל, וואס דאס איז דאך כל משך חיי ימי האדם אויב ער פירט זיך ווי א איד דארף זיך פירן, פון אופן פון הליכה איז דאך דאס 'בכל רגע' ורגע ביי אים דא אט דער ענין, 'ובכל רגע' ורגע ווערט ביי אים נתחדש דער ענין פון 'החזרת בי נשמתי' אט דאס וואס ער האט געהאט פון פריער, נאר ס'איז געשטאנען אין אן אופן פון שכחה דאס ווערט ביי אים נתחדש.

88און דערמיט איז אויך ווארשטאנדיק אט דאס וואס מ'זאגט דער ”פדה בשלום נפשי כי ורבים היו עמדי” וואס דער אלטער רבי האט געזא� איז אט דעמאלט יצאת לשלום.

89און דער חזל פארטייטשנט דאס, אז דאס מיינט מען ניט איין ענין בתורה, נאר דאס מיינט מען ”העוסק בתורה” און ”העוסק בגמילות חסדים” און מתפלל אים הציבור.

90וואס ווי דער רשב א טייטשט דאס אפ, איז דאס דער ענין פון 'מחשבה דיבור' ומעשה, וואס תפילה ווערט דאך אנגערופן ”עבודה שבלב זו היא תפילה” ווי ער זאגט אין תענית, און תורה איז דאך ווי ער זאגט אין עורוין ומוציא

91און גמילות חסדים איז דאך דאס דער ענין פון עשי', און אויך ווי דער מהרשא פארטייטשט דאס אין דער צמח צדק, דער שנת המוה ליתלקות הילולא שלו ברענגט דאס אין זיין פירושים אויף דעם פסוק ”פדה בשלום”, אז דאס איז דער ענין פון שלשה עמודים שעולם עומד עליהם, וואס דאס איז 'תורה עבודה' זו תפילה און גמילות חסדים,

92איז דאך לכאורה איז דאך דאס כולל אין דערויף כל הענינים כולם, מוז מען דאך זאגן, ווי גערעדט פריער, אז אויך דער ענין פון די בדיעה איז אויך אן ענין כללי, ווי אויך אט דאס וואס קומט דער שכר דערפאר, 'פדעני לי' ולבנים ובין האומות איז דאך דאס אויך אן ענין כללי דער פודה יגוב אלקיו, 'פדעני לי' ולאומות,

93ווארום אט דאס איז, ווי גערעדט, אז דער ענין הגאולה איז דאך געווען, אז פון דעמאלט אן זאל ווערן תורת החסידות נחלתו ”של כל אחד ואחד”, וואס במילא וועט דאס דורכנעמען סיי דעם ”עוסק בתורה” און סיי דעם עוסק 'בגמילות חסדים' און סיי דעם מתפלל אים הציבור,

94וואס דאס איז דאך כולל כל המצוות כולם, זיינען דאך איינגעטיילט אין איינע פון די דריי קוים, כמבואר בארוכה אין די ספרי ביאורים אויף תוכן המצוות, ושרשים שלהם, דערפאר וואס דאס איז אויך אן ענין כללי, און דאס ברענגט אראפ דעם ענין כללי פון כאילו בדועני און דערנאך אז דאס קומט אויך אן אין חוצה דאס הייסט אז דאס נעמט ארום כל העולם כולו, ביז אפילו חוצות,

95אט דעמאלט קומט דאס אראפ ניט כאילו נאר די פדיאה דער פדעני בפועל, די 'קאתי מר דא מלכא משיחא' יביא ויגאלנו בגאולה האמיתית והשלימה בקרוב ממש.

96לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions