פסקה
פסקה rh-4fqmv23z
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-2bg3dpnz
- order
- A
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- בסוף שנה השביעית, בתחילת שנה השמינית כלשון הכתוב, וואס שנה השביעית איז ניט נאר אז זי האט א זכר למקדש, נאר ס'איז גאר דא אזוינע וואס האבן גאר געהאלטן א שמיטה, איז אויך בזמן הזה ענינים דא וואס זיי זיינען מן התורה, אף על פי וואס רוב הפסקים, דאס מערניט ווי מיט די רבנן, איז דאך אבער אויך חביבין דברי סופרים יותר מדברי תורה, וואס דער ענין מיט דער רבנן בנוגע צו שמיטה איז נאך געווען בזמן בית שני, כמובן פון כמה סיפורי התורה און הלכות שבמשנה, און אף על פי כן האט זיך געענדיקט די שנה השביעית, געפינט מען ניט אז דערנאך זאל מען מאכן א זכר אין דעם ענין פון הכל, כידוע אין דערויף די שקלא וטריא, אז ס'איז געווען אזוינע וואס האבן דאס געוואלט מחדש זיין, מאיזו סיבה שתהי'וכו'בדורות שלפני זה, וואס ס'איז אבער ניט נתקבל געווארן בפועל. וואס יש להאריך בזה בשקלא וטריא איז וואס איז די סיבת הדבר בהלכה ובשקלא וטריא בטלפולי דאורייתא, אבער דאס איז אזוי די מציאות, מ'האט דאך געזען גדולי ישראל בעיני בשר, און מ'האט געוואוסט אויך ווי אזוי זיי האבן זיך געפירט אין דורות שלפני זה, סיי אין חוץ-לארץ און אפילו אין ארץ-ישראל, און מ'האט ניט געזען אין זיי קיין ענין של זכר להקריב. באיזה ענין שיהי'איז דאך מילתא היא, וואס אף על פי וואס ס'בלייבט אן כמדובר, אז דער שקלא וטריא שבדבר, ובפרט לאחרי שכבר נדפס ובזה כמה ענינים וכו,' אבער בהנוגע לפועל געפינט מען ניט, סיי אין חוץ-כאמור סיי אין חוץ-לארץ, סיי אין ארץ-ישראל, אז מ'זאל מאכן א זכר להקהל משחרב בית המקדש.
- proofread
- 0