Paragraph
Paragraph rh-4cxe045d
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-extjh773
- order
- 31
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- לויט דעם נאמען אליין אונטערשטרייכט דאס, אז דאס איז מערניט ווי אן איין און אינציקער מאל, על דרך זה אויך בנוגע צו שמחת תורה, וואס דער פירוש בזה איז דאך דאס שמחת תורה על שמיני עצרת איז א חלק און א טייל פון זמן שמחתינו, פון איינעם פון די דריי מועדים, ס'איז דאך אבער דא דער ענין פון שמחת תורה על שמחת תורה, ווי דער זוהר טייטשט דאס אפ, אז דאס איז אן איין און איינציקן מאל וואס מ'ענדיקט דעמאלט תורה, ובפרט נאך אז ס'איז דאך געווען אמאל א מנהג בכמה מדינות, אז מ'פלעגט מסיים זיין די קריאת התורה ווי דער רמב״ם ברענגט אראפ איין מאל אין דריי יאר, אדער אין דריי מיט א האלבן יאר, איז דאך דאס געווען נאכמער זעלטענער, במילא נאכמער השפעה און לימודים בהנוגע צו די צייט פון איין שמחת תורה ביז דער צווייטער שמחת תורה. וואס במיוחד איז מודגש איז אונטערשטראכן דער אונטערשייד, אז מ'פארט ארויס פון דער אייגענער היים, און מ'פארט אריבער ארויס אין אן אנדער מדינה, מיט אנדערע מנהגים, מיט אנדערע מאכלים, מיט נייעם מענטשן, מיט אלע-ערליי שינויים, וואס קען נאר זיין, פון איין מדינה מיט א צווייטער, און מ'פארברענגט דארטן א גאנצן חודש נאכאנאנד, און א חודש וואס איז פארבונדן מיט מערערע ימים-טובים, במילא אויך מיט פארשידענע איבערלעבונגען און פארשידענע באטראכטונגען און פארשידענע אפלערנונגען, איז דאך דעמאלט דער אריבערפארן שלא בערך אנדערש ווי א אנדער נשיאה, ועד כדי כך, אז בדרך הרגיל, נאר אן איבעריקע התבוננות, און אריינטראכטן זיך דוקא דעם, לייגט זיך בא יעדערן אפ בפשטות, אז דער שינוי וואס איז געווען אין זיין לעבן, א חודש נאכאנאנד, און אזא חודש וואס ס'איז אנגעפילט מיט פארשידענע ערליי פאסירונגען, און וואס אלע זיינען פארבונדן און האבן אין זיך א נקודה משותפת פון דעם
- proofread
- 0