עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-4bvsr3zk

kind
paragraph
order
3s
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וכמדובר כמה פעמים, אז אף על פי אז דאס איז דאך א ציווי כללי אויף כל ענינים שיש בהם פתיחה, ס'זאל זיין פותחין בברכה, זעט מען דאך אויך בפשטות, אז כדי די ברכה זאל האבן א געשמאק, און א חידוש, און א ברכה מיט אלע שלימות'ן, ביז אויך א ברכה תמימה-דארף דאס זיין אן ענין וואס יש בו איזו חידוש על דרך אויך ווי מ'זאגט בנוגע צו אושפיזין, איז אף על פי וואס ס'איז די זעלבע אושפיזין זיינען נוכח בכל יום ויום פון שבעת ימי הסוכות, סיי די שבעה אושפיזין פון זהר, סיי די שבעה אושפיזין בפנימיות התורה, ווי נשיא דורנו האט מגלה געווען, אף על פי כן איז דאך אויך דא דער שינוי אויף ווער ס'קומט אלץ אשתר, וואס אף על פי וואס בכל יום ויום זיינען דא די אלע זיבן אדער די אלע פערצן, כמוזכר לעיל, איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'גייט נאך דער פתיחה, וואס דאס איז דאך אויך איינע פון די הסברות אין פותחים בברכה, אז בשעת מ'הויבט אן מיט א ברכה איז דערנאך פונקט אראפ א ברכה בכל הענינים וועלכע קומען לאחרי הפתיחה, קומט אויך אריין פון דער ברכה, ביז אויך אין פירות אין, ופירות פירות אין, פונדעסטוועגן זוכט מען דאך א שינוי כדי ס'זאל זיין א חידוש, און במילא וועט אויך צוקומען סיי אין דער ברכה והמשכה, עאכו כמה וכמה בנוגע לשמחה, וואס דארט איז דאך פנים חדשות אן ענין עיקרי, וואס מ'געפינט דאס ניט בנוגע לברכה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions