English
ספרייה
kind
paragraph
order
qh
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מען זאלן גאר אינגיכן מאכן די ברכה עיקרית אויף דעם אויבערשטנ'ס מתנה עיקרית, וואס דאס איז די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. ובפשטות, אז ואתם תלוקטו לאחד אחד אז דער אויבערשטער זאגט דאס ווי דער לשון אין תנך, ואתם בלשון הוכח, ער ווענט זיך צו יעדער אידן אלס א פרט, און זאגט אים, אז איר און די אלע ארום אייך וועט צוזאמענגעקליבן ווערן דורך דעם אויבערשטן אליין, ארויסגענומען ווערן פון גלות, און געבראכט ווערן לארצנו הקדושה, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן אין בית המקדש, אין מקדש אדנ'כוננו ידיך, ובשמחה ובטוב לבב בבנינו ובבנותינו און אלע אידן, קטנם ועד גדולם, אנשים נשים וטף, ווארום יעדער איד און אלע אידן, אף על פי וואס מ'איז פאנאנדערגעשפרייט, ווי דערמאנט פריער, מפוזר ומפורד בין העמים, איז זייענדיק פאנאנדערגעשפרייט אין באזונדערע באשעפטיקונגען און באזונדערע טעטיקייטן איז בשעת מעשה איז מען אן עם אחד, אז מ'פילט די פארבונדנקייט פון יעדער אידן מיט אלע אידן, און ניט א פארבונדנקייט ווי ס'ווערט פארבונדן צוויי זאכן צוזאמען, נאר פארבונדנקייט אין אן אופן אז דאס ווערט עם אחד אן איין און איינציקער פאלק. ס'איז ניט באזונדערע טיילן, נאר ס'איז אן אחד, ס'איז אן אחדות אמיתית, וואס דאס אלץ היילט נאך מערער צו ובפרט ווי דערמאנט פריער, אז זיכער וועט אויך דער אונזער צוזאמענקלייבן מוסיף זיין בא יעדערן פון אייך און בא מיר און די אלע ארום אונז, און די אלע צו וועלכע ס'וועט דערגרייכן, אז מ'האט זיך דא צוזאמענגעקליבן און מ'האט מחליט געווען אויף צו טאן נאך מערער אין פארשפרייטן אידישקייט און גוטסקייט, וועט דאס מוסיף זיין בא יעדען אין די החלטות טובות,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים