עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-4b5b66j0

kind
paragraph
order
D
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און דאס דערמאנט אויך דערנאך, און בפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס לויט דעם דרוש אין לקוטי תורה, וואס ס'איז מפרש אויפן מאמר, אז כל הנביאים נתנבלו בחו און משה רבינו נתנבל בזה, נוסף אויף דערויף וואס ס'איז געווען נבואות אויך אין דער דרגא פון כה אויך אין אן אופן אין א העכערע דרגא, ווי דער רמב איז מחלק כמה חילוקים צווישן נבואת משה רבינו, אז ס'איז געווען מערניט ווי ביי אים אליין, משא'כן שאר כל הנביאים, איז דאס אויך אויסגעדרוקט אין דעם חילוק וואס ס'איז דא צווישן זה און כה, בשעת מ'זאגט זה איז דאס א הוראה אז דאס איז אן ענין בדיוק, ביז וואנענט אז מ'זאגט מראה באצבעו ואומר זה אט דאס איז דאס פונקט די זעלבע סאך, משא'כן אז מ'זאגט כה, האט דאס א דמיון לזה, ביז וואנענט אז דאס איז א דמיון על פי תורת אמת, אבער אף על פי כן איז דאס מערניט ווי כוי. ועל דרך דעם חילוק, אז מ'זאגט בנוגע צו בריאת האדם, וואס ער איז דאך כולל כל הבריאה, איז דאס דא בצלמנו קדמותינו. אין צלמנו איז דאס דער ענין ווי ס'איז דא ביי אן אדם, אז ער איז בצלמנו פון די ענינים ווי זיי זיינען למעלה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions