English
ספרייה
kind
paragraph
order
WT
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
א קליין אדער גרויס, מאן אדער פרוי, וואס גיט זיך אפ מיט לערנען אט די ענינים, און ווייס אז דאס דורך דערויף איז ער ממלא דעם רצון פון זיין נשמה, וואס איר שליחות איז דאך, אז זי זאל פועל זיין אויך אין דעם גוף, וואס אט דעמאלט איז אויך ווי שבט לוי ווערט דאס אויך במכל-שכן פון די תמימות וואס ס'דארף זיין ביי א כן גדול, ווערט דאס ווי דער רמב איז מפרש אין א הלכה, ווערט דאס געגעבן אזוי דער כח צו יעדער אידן, אז בשעת ער באשליסט צו גיין אין דער ריכטונג איז א זיכערע זאך, אז על שם הוא נחלתו, אז ער ירשנ'ט די אלע ענינים וואס דער אויבערשטער וויל אז ער זאל טאן אין זיי, באקומט ער דאס אין אן אופן פון נחלה וירושה, וואס דער דין בא ירושה איז דאך, ווי גערעדט מערערע מאל, אז מ'דארף אויף דערויף ניט האבן קיין יגיעה מיוחדה, ער ווערט געבארן אלס א יורש, אז דאס איז א בן אברהם יצחק ויעקב, אדער א בת שרה רבקה רחל ולאה, יישנטן כביכול אטאמטיש, די אלע ענינים וואס אברהם יצחק ויעקב און שרה רבקה רחל ולאה האבן דאס זיי איבערגעגעבן געבן, און איבערגעגעבן דאס בעין יפה, און איבערגעגעבן אין אזא אופן ווי דער זאגט פריער אז מ'דארף ניט האבן קיין יגיעה מיוחדה, אז דאס זאל ווערן אייגענע כוחות מיט וועלכע מ'קען טאן אין דער פולסטער מאס, וואס דאס קומט-אן אין אן אופן פון ירושה. וואס דאס איז, ווי געזאגט, די קלארע אנווייזונג פון דעם סיום פון דער פרשה, ובפרט אין די לעצטע ענינים אין דערויף. און דאס קומט לויט דעם פירוש וואס תורה שבעל-פה האט געגעבן אויף די פסוקים, ווערט דאס קלאר פאר יעדערן פון אייך, ביז וואנענט אז איר קענט דאס דערנאך זיכער קלאר-מאכן פאר די אלע מיט וועלכן איר וועט קומען אין בארירונג, אז יעדער אידיש קינד, מקטנם ועד גדולם, האט אין זיך די
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים