Paragraph
Paragraph rh-482aazmm
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xmpdmt2s
- order
- ru
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, ביז די מעגלעכקייט הכי עיקרית, אז מ'זאל צוהיילן די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ווי דערמאנט פריער, און אין אן אופן, אז ס'וועט זיין ווי דערמאנט פריער ויקחיל פקודו און אין יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, אז מ'קלייבט צוזאמען די אייגענע בית, און מ'זעט אז ס'זאלן זיך צוזאמענקלייבן אידן וואס געפינען זיך אין זיין סביבה אדער אין איר סביבה, און ווערן אן איין און איינציקער עונין און אן איין און איינציקע ארגון וואס פארנעמט זיך מיט פארשפרייטן אידישקייט, און דורך דערויף אויך איינוווירקן אויף פארשפרייטן די שבע מצוות בני-נח. און ועוד והוא העיקר, ווי דערמאנט פריער, ובפרט נאך אז מ'וועט זיך מחליט זיין אין די החלטות, ווי דערמאנט פריער, אויף נאכמערער צוגעבן אין פארשפרייטן אידישקייט, כולל אויך אין פארשפרייטן דעם ענין פון מצות הצדקה, און דעם ענין פון חינוך פון זיך, און דער חינוך פון די אלע בני בית, און פון יעדערן צו וועלכן מ'קען דערגרייכן, אז ס'זאל זיין א חינוך דורכגענומען מיט תורה און מיט מצוות, וואס זיי מאכן דאך ליכטיק דעם גאנצן ארום. וואס דאס היילט נאכמערער צו, אז
- proofread
- 0