English
ספרייה
kind
paragraph
order
n
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ביז אין אן אופן פון למעלה מכל מדידה והגבלה, ביז אין אן אופן פון מלכתחילה אריבער, וכמודגש כמה פעמים, אז מלכתחילה אריבער איז ניט דער פירוש פון אריבער איז אז דאס שטעלט זיך אויס אין דעם העכסטן מקום דעמאלט איז דאס ניט אריבער, אריבער איז דאס דעמאלט ווען דאס איז אריבער, ולמעלה מיט א הפסק ביניהם, ביז א הפסק וואס באווייזט אויף גודל ההפסק, ביז וואנענט אז דאס איז א דבר חדש לגמרי, כמדובר בארוכה אויך ברמיזה בקיצור ביום השבת, און זיכער וועט ער דער מוסיף זיין מדילי און ויהי רצון, ער זאל דאס אויך מוסיף זיין, אין אן אופן פון מלכתחילה אריבער, און נעמענדיק אויף זיך די שליחות אויף צדקה זאל אויך זיין דערנעמען אין אן אופן פון מלכתחילה אריבער, און דאס איז דאך אויך דער ענין פון תפארת שבע תפארת וואס דאס איז ניט סתם תפארת, נאר אין תפארת עצמו דער ענין פון תפארת שבע תפארת, ובפרט נאך אז מ'האט ערשט געציילט אין ספירת העומר אויך דער ענין פון נצח, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט נצח ישראל לא ישקר ווי ער איז מבאר בזה בארוכה אין דעם המשך פון הילולא פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים