עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-45nr8f22

kind
paragraph
order
PM
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אדער אין אן אנדער ארט ווי א שול, וואס דארט איז ניטא קיין שטערער פון חוץ, פון אויסווייניק, און וואס אט דעמאלט איז זיין לערנען מיט מער הצלחה, און דאס איז אויך א תועלת אין ביזנעס, ווארום בשעת ער געפינט זיך אין א רואיקן ארט, און האט גענומען אויף זיך אז ער דארף אפלערנען אין תורה א באשטימטע הלכה, איז בשעת ער געפינט זיך אין א רואיקן ארט קורבן אויף דערויף אוועק ווייניקער צייט, האט ער אויך א ריווח אין זיין ביזנעס, ווארום ס'בלייבט אים נאך א צייט אויף צו מוסיף-זיין אין די ביזנעס אקטיוויטיס אין זיין טעטיקייטן, אין זיינע הסקים, און צו מוסיף-זיין מיט א רואיקע קאפ און א רואיקייט וואס איז פארבונדן מיט אמת'ע רואיקייט, וואס דאס גיט דער צוזאג וואס בשעת מ'איז פארבונדן מיט תורה האט מען דאך דעמאלט א רואייקייט, וואס דער אויבערשטער האט צוגעזאגט, אז אם בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו, און ווי רש יי טייטשט דאס אפ, אז דאס מיינט מען לימוד התורה, איז אט דעמאלט, ונתתי גשמיכם בעתם וועט דער אויבערשטער געבן אלע מעגלעכקייטן, אז ס'זאל זיין א הצלחה, און די הצלחה זאל זיין בעתו, אז ניט מ'זאל
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions