עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

4 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דעם אריום פון דעם רעסטאורעד ביי דזשעם. וועט מען ארויס פון גלות, און פון דעם גלות זה, ותיכף ומיד ממש, וויבאלד אז מ'איז מוסיף בזה, און מחליט אויף מוסיף-זיין נאך מערער און נאך מערער, און דער אויבערשטער זעט דאך אז דאס איז א החלטת אמיתית אז מ'וועט זיי זיכער מקיים-זיין איז דאך א זיכערע זאך אז דאס איז פועל, והנוגע למעשה בפועל, פונקע ווי מ'וואלט שוין געלערנט די משניות'ן, עאכו כמה וכמה אז די החלטות ווערן אנגענומען אין א מקום קדוש, ווי אין דעם ארט אין וועלכן מ'געפינט זיך איצטער, וואס דאס איז דאך א בית המשולש, כמדובר כמה פעמים-א בית פון תפילה און א בית פון תורה און א בית פון החלטות טובות אין מעשים טובים, אנהויבנדיק פון גמילות חסדים וצדקה,

2וכמדובר כמה פעמים, וואס ס'האט דאך אויך א שייכות צו פרשת השבוע, וואס דאס איז דאך פון ויגש אליו יהודה, כמדובר בארוכה אין דער התוועדות שלפני זה, אז דאס איז דער ענין פארבונדן במיוחד מיט די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דאס איז אויך דער ויגש אליו יהודה צו וועמען? צו יוסף'ן, וואס יוסף און יהודה איז דאך דאס סמיכות גאולה לתפילה, ווי די גמרא לערנט אפ דערפון, ועד כדי כך, אז דערפאר טאר ניט זיין קיין הפסק צווישן גאולה לתפילה, אפילו ניט מיט ענינים של קדושה, ווי לימוד התורה וכיוצא בזה אדער תפילות אחרית, נאר גלייך פון גאל ישראל גייט מען גלייך אריבער אין אדנות תפתח ופי יגד תלתך, וואס דאס איז דאך כתפילה אריכתא קדמי וגאולה אריכתא דמי די התחלה פון די תפילה שלאחרי זה, און אזוי אויך איז מען דאך זיכער אז דער אויבערשטער וועט ניט מעכב זיין חס ושלום, אפילו כהרף עין, און תיכף צו דעם ענין הצדקה שמקרבת את הגאולה,

3אייסטער מאכן יעדערן פון אייך אויף א שליח לצדקה, דורך געבן צוויי שטרס, איין שטר אויף טאן כטוב בעיניו, און א צווייטן שטר אויף א ענין פון הצדקה, און צדקה אין אן אופן אז דאס זאל גלייך פועל זיין ניט סתם זירוז, וואס א זירוז האט דאך אויך אין דערויף כמה שיעורים ואופנים, זאל זיין א זירוז על דרך פון סמיכת גאולה לתפילה, דער זירוז איז, אז ס'איז אפילו קיין רגע, קיין אמר, איז מען אויך ניט מפסיק, נאך גלייך פון גוי לישראל גייט מען אריבער אין תפילה אריכתו, אין אדנות פסי תפתח.

4ממש, נאך קודם פון דעם המשך הדיבור בכל דברים אלו, מ'זאל זיין תיכף ומיד ממש, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און צוזאמען מיט אליהו הנביא זכר לטוב המבשר את הגאולה, צוזאמען מיט די גאולה בפשטות, ועוד והוא העיקר תיכף ומיד ממש, און בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו וועט מען ממשיך אפגעבן די צדקה און דעם המשך מיט באצונו הקדושה ובירושלים עיר הקודש ובהר הקודש. אויב חס ושלום ס'וועט זיין אן עיכוב וועט מען דאס אפגעבן בזריזות, יעדערער במקומו ובעירו, בהוספה מדילי והעוד והוא העיקר, אז די כל הענינים זאלן זיין תיכף ומיד ממש, אנהויבנדיק פון דעם ענין העיקרי, גאולה האמיתית והשלימה, ע ידי דוד מלכא משיחא.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions