עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

29 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1בשעת דער רבי דער נשיא האט דערציילט וועגן דעם ענין פון יו ט' כסלו, איז אויך צווישן די פרטים געווען ווי אזוי ס'האט אויסגעזען דעם ערשטן מאל נאך דער באפרייאונג, און אין דעם ארט גופא, אין פטריבורג, אט דאס וואס איצטער הייסט עס ליינגראד,

2און האט דעמאלט דערציילט, אז ס'איז געווען א שמחה גדולה ביותר, און האט מסיים געווען דעם לשון ביז וואנענט אז מ'האט זיך התגוללו ברחובות פעטערבורג אז מ'האט זיך געוואלגערט אין די גאסן פון פעטערבורג, פון רוב שמחה.

3וואס דאס איז דאך געווען די עיר הבירה פון רוסלאנד, וואס ס'איז דעמאלט געווען א מלוכה אדירה, מיט א מלכות בתוקף גדול, און וואס אין דער מלוכה איז געווען ווי איז אידן האבן דאך געמעגט געפינען מערניט ווי אין א טייל פון דער מדינה.

4אין דער גרעסערער טייל פון דער מדינה, ובפרט נאך אין מאסקווע, און נאכמערער אין עיר הבירה, האבן אידן ניט געהאט קיין רשות א ישיבה, ניט געהאט קיין רעכט אויף לעבן דארטן, אויף וויינען דארטן.

5פארענדיק, און פונדעסטוועגן?

6איז זעט מען, אז די שמחה איז געווען אזוי גרויס, ביז וואנענט זי האט פורץ געווען כל הגדרים, און ס'איז געווען דער התגולל וברככיבו וואס ס'איז דאך געווען צווישן זיי אזעלכע וואס זיינען דארט געווען שלא ברשות, ניט האבנדיק קיין רשות אויף זיין באיר ההיא.

7ער וועט פארענדיקן טויפות זאגן. פארענדיקן?

8ער וועט פארענדיקן דלכת המה?

9וואס בשעת מ'דערציילט אונז איז דאך דאס מערניט ווי א סיפור מעשה בעלמא, נאר אויף צו באווייזן ווי אזוי די שמחה האט בכח, אז אויב

10דאס איז נאר א שמחה וואס איז פארבונדן מיט א מצוה, וואס דאס איז דאך א שמחה וואס האט הינטער זיך דעם כח פון תורה איז אט דעמאלט איז דאס פורץ די הגבלות וואס מ'האט אפילו פון א מלוכה אדירה אין וועלכן רשות מ'געפינט זיך,

11ביז אין אזא אופן אז דאס האט ניט געשעדט, און די אלע וואס האבן געפראוועט דארט די ”שמחה בזה האופן האבן” זיי דערפון ניט געהאט דערנאך קיין שוועריקייטן און מ'האט געקענט ממשיך זיין בשמחה זו.

12וואס דאס איז א לימוד אז אפילו אז מ'געפינט זיך אין א סדר וואס על פי תורה האט דאס א דין פון דינא דמלכותא, וואס במילא דארף מען זיך דערמיט רעכענען על פי תורה איז דאס אלץ במה דברים אמורים כל זמן ס'איז ניטא על פי תורה גופא אן ענין וואס דאס נעמט אראפ די מדידה והגבלה,

13און וואס לכל לראש איז דאס ענין השמחה של מצוה, וואס כמבואר ומובן פון רמב"ם, איז דאס קען דאס זיין בא יעדער מצוה, גאר אן קיין אונטערשייד, אויב נאר מ'טראכט זיך אריין אז דאס איז דער ציוויו ”של הקב"ה מלך מלכי המלכים”,

14און וואס ער האט געגעבן דעם ציווי צו א בשר-ודם, און האט אים געזאגט, אז אויב ער וועט מקיים זיין דעם ציווי איז ”נחת רוח לפני שאמרתי ונעשה רצוני” איז אט דעמאלט דארף דאס ברענגען, און ברענגט ארויס צו א שמחה גדולה ביותר.

15און די תועלת פון דער שמחה יעדער ענין פון א אידן דארף דאך אים צוברענגען צו א הוספה, ווייניקסטנס צו א חיזוק, אין מילוי תפקיד בריאתו,

16צוליב וואס ער איז באשאפן געווארן, וואס דאס איז דאך דער ”אני נבראתי לשמש את קוני” ענינים פון תורה ומצוות נעמט אראפ די שמחה של מצוה די מדידות והגבלות וואס קענען זיין אויף אן ענין פון תורה ומצוותי.'

17וואס דאס איז דער ענין וואס ס'איז קיים דער לימוד פון דעם סיפור וואס ס'איז ”קיים לעד ולעולמי עולמים”, וואס אזוי ווי דעמאלט איז דאך ניט די שמחה האט מבטל געווען אז ס'איז געווארן אויס מלוכה, די מלוכה האט נאך פון דעמאלט אנגעהאלטן העכער הונדערט יאר,

18אפילו ”בו ביום” האט מען דאך אויך קודם השמחה, און לאחרי השמחה, גערעכנט זיך מיט דעם משתר וסדרי המלוכה, בשעת השמחה אבער איז דאס געווען ברחובות פעטערבורג און דארט איז התגוללו בריש גליי און ס'האט קיינעם ניט אנגערירט, ניט קוקנדיק וואס די דיני המלוכה זיינען געווען בקשר עם זה.

19ס'איז דאך ידוע, אז אלע ענינים, ווען ס'קערט זיך אום די תקופת השנה, חזר"ט זיך איבער נאכאמאל דער ענין פון ווי ס'איז געווען דעם ערשטן מאל,

20וואס דערפאר זעט מען דאך אויך אין מנהגי בני אדם, אז בשעת ס'איז דא דער יארטאג פון א חתונה ווי על דרך זה א יארטאג פון א שמחה, פראוועט מען נאכאמאל א שמחה, איז דאך ווי אלע עניני בני אדם האט דאס א ”יסוד ושורש אין” ענינים פון תורה.

21וואס דאס איז וואס על פי תורה איז אויך, אז בשעת ס'קומט אן דערנאך דער טאג אין יאר, ווען ס'האט געטראפן אט דער א מאורע מסויים, איז על דרך ווי חמשה עשר בניסן חזר'ן זיך איבער און ווערן נמשך נאכאמאל, אבער מחדש די המשכות ווי ס'איז געווען דעם ערשטן מאל בא יציאת מצרים, בא דער גאולה הראשונה.

22על דרך זה איז אויך בנוגע צו די חג הגאולה, צו די גאולה פון יט כסלו, איז ”בכל שנה ושנה” חזר"ט זיך איבער נאכאמאל אט דער נצחון מיט די המשכות והשפעות וואס זיי זיינען פארבונדן דערמיט,

23במילא האט דעמאלט אויך אן ארט אז ס'זאל זיך איבער'חזר'ן אט די שמחה מעין זו ש”היתה בשנה הראשונה” ובפעם הראשונה.

24ווארום דאס איז דער זעלבער ענין, און ווי איז מובן פון אגרת הקודש, איז דאס ניט אז ס'ווערט שוואכער, נאר אין ענינים פון טוב וקדושה איז משנה לשנה, ומפעם לפעם איז מען ”מעלין בקודש”, ופשיטו אז לא מר אידן חס ושלום.

25און אט דאס איז אויך וואס די שמחה בימי ”יום טוב ומועדים” און איצטער במה די עסקינים בזה אין דער ענין פון יו טס כסלו איז בכחה לבטל די מדידות והתעלות,

26אז מ'זאל קענען אוועקגיין מיט א הוספה און מיט א חיזוק יותר אין עניני תורה ומצוות וואס זאל מבטל זיין די מדידות והגבלות טבעיים וואס ס'איז דא אויף דעם.

27און די התחלה בזה איז פון דעם יום זה וואס ער איז דאך בפרט אנגערופן געווארן דער שנה אז דאס איז די קאפ פון די טעג וואס קומען נאכדעם, וואס על דרך וואס פון ראש איז מען דאך ”ממשיך חיות לכל האברים” אזוי איז אויך פון דעם טאג איז מען ממשיך חיות ושמחה על כל השנה,

28אז ס'זאל דערנאך זיין דער 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות' במשך השנה ”הבאה, לקרותינו לשלום”, אין אן אופן פון אן מדידות והגבלות, און מוסיף ואור.

29לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions