Paragraph
Paragraph rh-3wfzagy9
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-p4teset1
- order
- 3R
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ס'איז דאך דא פארשידענע צייטן אין יאר ווען די קינדער קלייבן זיך צוזאמען, צוזאמען מיט די ערוואקסענע זייערע מדריכים און מדריכות, און אויך די עלטערן, אדער אויך די זיידעס און באבעס טיילווייז, און איינע פון זיי איז דאך היינטיקן מאל, וואס דאס איז צום סוף פון זומער. ווען מ'קערט זיך אום צוריק פון די פאר וואכן וואס זיינען געווען אין א קעמפ מחוץ לעיר, אין א חוצן שטאט, אין אן אנדער ארט וואו מ'איז שטענדיק דעם משך פון דעם יאר, אדער על כל פנים ווייניקסטן'ס אין א מחנה יומי אין א קעמפ וואס איז מערניט ווי עטלעכע שעה א טאג, און מ'קומט דערנאך נעכטיקן אין דער היים, אבער במשך פון טאג געפינט מען זיך חוץ פון דער היים. און זעלבסט-פארשטענדלעך, און אין דערויף באשטייט אויך די ערפילונג פון דעם בעל שם טוב'ס אנזאג, אז פון יעדער זאך וואס א איד זעט דארף ער דערפון אפלערנען אן אנווייזונג ווי ער זאל זיך פירן אין זיין דינען דעם אויבערשטן,
- proofread
- 0