פסקה
פסקה rh-3vwpf32k
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-txgmtp24
- order
- 6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- בהוספה צו כל הברכות וואס מ'האט פריער גערעדט, וואס דאס איז דאך געמיינט כל אחד ואחת מבני ישראל, און קומט דאך אויך צו בא די וואס האבן א מאורעו מיוחד, על דרך פון א בר-מצוה וכיוצא בזה אדער בת-מצוה, וואס דעמאלט האט מען דאך דעם גליק וואס מ'גייט אריין און מ'האט דעם זכות פון מקיים-זיין דעם אויבערשטנ'ס מצוות, קומט דאך אויך צו אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות בכל המצטרך, און ס'קומט צו לויט דער הישג יד פון דעם אויבערשטן, כמוזכר לעיל, וואס דאס איז דאך בא יעדער ענין של צדקה, אפילו בא א בשר ודם, על אחת כמה וכמה כביכול בא דעם אויבערשטן, איז דאך דעמאלט ביתר שאת וביתר עוז, וואס דערפאר איז דאך אויך יעדער איד, בשעת ער ווערט א בר-מצוה צו דרייצן יאר, אדער א בת ומצוה צו צוועלף יאר, גייט ער דאך דעמאלט אריין אין דעם סוג פון מצוה ועושה, וואס דאס איז דאך נאך מערער ווי איינע מצוה ועושה, וואס אויך דעמאלט איז דאס אן ענין בלי גבול, מיט דעם אויבערשטנ'ס ברכות בזה, על אחת כמה וכמה, אז מ'האט
- proofread
- 0