English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

107 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ס'איז דאך אויף יעדער ענין אין תורה שבכתב, און די פירושים וואס זיי זיינען ”מפרש תורה שבכתב”, קרוב לפירוש הפשוט, איז דאך דא די ענינים פון תורה שבעל פה וואס זיי זיינען מפרש דעם פסוק ניט נאר כפי פשוטו פון אויבן-אויף, נאר מערער ביאמקות ובהתרחבות,

2וואס דאס איז דאך דער פירוש וואס די גמרא ברענגט אראפ אויף דעם זעלבן פסוק פון ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדי” זאגט אויף דערויף די גמרא אין ברכות,

3מאי ”פדה בשלום” וגומר אז אמר הקב"ה דער אויבערשטער זאגט, אז ”כל העוסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפללים הציבור,

4אט דאס וואס דער פסוק מיינט דאס, דורך וואס איז געקומען דער ”פדה בשלום”?

5גייט דאס גאר אויף א אידן. און אויף וואס פאר א אידן גייט דאס?

6אט דער וואס ער איז זיך 'עוסק בתורה', און דער וואס איז זיך עוסק אין גמילות חסדים, און דער וואס איז זיך עוסק אין מתפלל אים הציבור, וואס אזוי טייטשט אפ דער רבי דער נשיא אין דעם מאמר פון ”פדה בשלום נפשי” מיצוואנציק יאר צוריק י' ב'ת תמוז,

7אז דער לארט העושה גייט דאס ניט נאר אויף תורה און גמילות חסדים, נאר אויך אויף מתפלל אים הציבור איז אט דער זאגט דער אויבערשטער אויף אים מעלה אני עליו איך פאררעכנט דאס אים ”כאילו פדני לי ולבני מבין אומות העולם”,

8אפונקט ווי ער וואלט ארויסגענומען כביכול דעם אויבערשטן אליין, ולבני זיינע קינדער, וואס דאס איז דער גאנצער אידישער פאלק פון דעם גלות צווישן אומות העולם.

9וואס אין דעם זעט מען, אז דאס איז אינגאנצן אן אנדער פירוש ווי לכאורה דער פירוש הפשוט, ווארום אט דא טייטש מען, אז דער ”פדה בשלום” גייט דאס אויף א אידן,

10און ווען לייזט ער אויס?

11לייזט ער אויס דעם אידישן פאלק דורך דעם וואס ער לייזט אויס דעם אויבערשטן כל ים.

12און דורך וואס לייזט מען אויס דעם אויבערשטן מבין אומות העולם?

13איז דאס דורך דעם וואס מ'איז זיך עוסק אין תורה און אין גמילות חסדים און דעם ענין פון תפילה אים הציבור.

14ווי געזאגט פריער, אז יעדער ענין אין תורה איז דאס אן אנווייזונג פאר א אידן ביז אין זיין טאג-טעגלעכן לעבן, איז אויך אין דעם דא די אפלערנונג פאר יעדערן פון אונז בכל מקום ובכל זמן,

15ווארום אט דאס אנערקענען אלע, אז אין וועלט איז דא צוויי זאכן, ס'איז דא די רוחניות שבעולם און די גשמיות וחומריות שבעולם.

16ס'איז דא אין וועלט אט די טייל וואס זי איז א רוחניות'דיקע, א הייליקע און א ליכטיקע, און ס'איז דא די טייל פון וועלט וואס איידער מ'ארבעט זי ניט איבער, איז זי גשמיות, דאס איז מאטעריעל אליין, ביז זי ווערט חומריות, א זאך וואס פארשטעלט און לאזט ניט דורך קיין ליכטיקייט און קיין הייליקייט.

17און אט די צוויי טיילן פון וועלט איז לכאורה לויטן שכל שטייען זיי אין א מלחמה איינע אנטקעגן די צווייטע.

18וואס אט דעמאלט קומט מען צום מוספיר, אז א מלחמה קען זיין אז ס'זאל זיין א נצחון, און א פדי אבער ניט אין אן אופן פון שלום.

19און בשעת מ'טראכט זיך אריין, וואס איז דער מקור און דער אנהויבס פון רוחניות שבעולם, פון דער ליכטיקייט און הייליקייט וואס איז דא אין וועלט, איז דאך דא אזוינע וואס ווילן זיך איינרעדן אז דאס הויבט זיך אן פון שכל וואס ליגט ביי א מענטשן אין קאפ, און דא אנדערע וואס רעדן זיך איין אז דאס ליגט אין טבע אליין, מ'דארף גאר אויף דערויף ניט הארעווען,

20האט מען דאך גראדע אין אונזער דור באוויזן, אז בשעת מ'פארלאזט זיך אויף טבע אליין, און בשעת מ'פארלאזט זיך אויף שכל אליין קען דערפון אויסוואקסן ”חכמים המה להרע”, אז מ'זאל אויסנוצן די אלע דערגרייכונגען צו וועלכע שכל קומט, על אחת כמה וכמה די אלע כוחות וואס ליגן אין טבע,

21ניט אויף ענינים של טוב וקדושה ואור, ניט אויף ענינים פון ליכטיקייט און הייליקייט, נאר אדרבא אויף ענינים פון מהרס זיין און חרוב-מאכן, און אויף אויב אפילו ניט חורבן ממש,

22אז מ'זאל מאכן אין אן אופן פון שלטון הרשע על הצדק אז זיי זאלן האבן די אויבערהאנט, כל דיעלים אט די וואס האבן אריינגעכאפט די מאכט, ניט רעכענענדיק זיך ניט מיט צדק ניט מיט יושר אפילו ניט מיט דעם כלל פון ”אחרי רבים להטות”.

23ביז וואנענט אז מ'האט געמאכט פון ”שמים חושך לאור”, ומר למסיק, אט דאס גופא וואס מ'האט אויסגעהרג'ט מענטשן 'על לא' עון בכפם, אן קיין שום סיבה האט מען דערפון געמאכט א שיטה אין שכל,

24און א דרך אין דערויף ווי אזוי מ'דארף קומען צו שלימות מן האדם אז די מענטשן זאלן זיין בשלימותם, ולשום תכלית זו האט מען אויפגעשטעלט א מאשינערי וואס זי האט גע'הרג'ט און גערויבט און געטאן כל דבר וואס איז היפך הטוב והאור והקדושה.

25און אט דא קומט מען צו דער החלטה, בשעת מ'קוקט זיך איין אן א דעה קדומה, אט דאס וואס תורה האט אונז מגלה געווען בא מעמד הר סיני, אז וואס איז דער מקור פון טוב ואורה וקדושה?

26איז דאס דער ”אנכי הוי' אלקיך” אויב ס'איז פארבונדן מיט הקב"ה.

27בשעת דער שכל איז געבויט אויף אמונה אין אלקה בורא עולם בשעת די כוחות הטבע ניצט מען כדי ס'זאל צוקומען א גילוי נאך אין אן ארט ס'זאל אנטפלעקט ווערן דער ענין פון הקב"ה,

28און דעמאלט קען מען דאס ברענגען אויך אין דעם ארט וואו ס'געפינען זיך אומות העולם, וואס לכאורה איז ניט זיי האבן מקבל געווען די תורה, איז אט דעמאלט איז די וועג אז ס'זאל זיין דער ”פדה בשלום” ניט דאס איז א מלחמה פון צוויי באזונדערע זאכן וואס האבן מלחמה, איינע מיט די צווייטע,

29און איינע קען מנצח זיין נאר אין אן אופן אז ער וועט משמיד זיין, ער וועט פארטיליקן דעם צד שכנגד.

30דער תכלית איז, אז ס'זאל זיין דער ”פדה בשלום”, אין וואס פאר אן אופן דארף מען מאכן די וועלט ליכטיק, און גוט און הייליק, ניט דורך דעם וואס מ'מאכט אויס וועלט, נאר אין וועלט גופא מאכט מען דעם ושכנתי בתוכם אז די וועלט זאל שלום מאכן מיט דעם כח הבורא,

31'כח הפועל', וואס איז דא בנפעל, אז בשעת מ'וועט א קוק-טאן אויף אן ענין פון וועלט זאל מען דערקענען אז מ'האט דאס איבערגעארבעט און מ'האט אין דערויף אנטפלעקט, אז דאס איז דער כח הבורא וואס ער מאכט אים לעבעדיק און האלט אים אויף 'בכל רגע' ורגע,

32ווי דער אלטער רבי איז מאריך אין שער היחוד והאמונה און פירוש הבעל שם טוב.

33בשעת מ'קומט צו דער החלטה, אז דער תכלית האדם איז ניט אויף איבערגעבן זיך צו דער וועלט כמו שהיא, אן איבערארבעטן איר.

34און אז מ'קען ניט בויען אויף שכל אליין דערפאר וואס דער שכל איז משוחד פון אהבת עצמו, וואס אט דעמאלט איז ”על כל פשעים תחסה אהבה”,

35ועל אחת כמה וכמה אהבת עצמו, אז ”דרך איש ישר בעיניו” און ער וועט בארעכטיקן אלע זיינע זאכן ווי איז ניט גוט זיי זאלן ניט זיין, און וועט דאס נאך אויפמאכן דערפון אז דאס איז א ענין של מצוה וקדושה, ולשם זה וועט ער טאן מה שלבו, דער לב האבן חפץ.

36איז אט דעמאלט הויבט זיך אויך אן שיטות אויף וואס פאר אן אופן קען מען אנטפלעקן די גטלעכקייט וואס ס'געפינט זיך אין וועלט, און אט דא איז דא אט די וואס קומען צוגיין און טענה'ן, אז וואס דארף מען האבן ענינים וואס זיי זיינען אלט טויזנטער יארן, הבן ”נבנה לנו עיר ומגדל וראשה בשמים”?

37מיר וועלן אליין זיך אויפבויען א תורה ווי ביי אונז קומט אויס, און וואס זי זאל זיין צוגעפאסט צו אונזער צייט און צו אונזער ארט.

38און וויבאלד אז מיר וועלן אנהויבן אין אנהויבס אז מ'טוט דאס צוליב דעם אויבערשטן, און רחמנא לבו בעי דער אויבערשטער וויל דאך האבן א אידישע הארץ איז דערנאך איז שוין ניט נוגע וואס ס'וועט זיך אפטאן ווייטער צו וואס פאר א מסקנות מ'וועט קומען און וואס דארף מען האבן דעם ”שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך”

39בשעת ער אליין האט א קאפה אויף די פלייצות, און ער וועט אנהויבן פון דאסניי.

40און אויף דערויף גיט מען די הוראה, אז מ'מוז ארויסנעמען ”פדעני לי ולבני מבין אומות העולם”.

41מ'קען ניט ארויסנעמען אידן מבין אומות העולם אויב ס'הויבט זיך ניט אן דער פדעני פון לי פון ארויסנעמען די געטלעכקייט וואס ס'איז באהאלטן אין וועלט, פון דעם 'העלם והסתר' וואס איז דא אויף די געטלעכקייט.

42און אט די וואס רעדן זיך איין, אז מ'וועט ברענגען די אידן די גאולה, און אלקות וועט בלייבן בגלות איז דאס אן ענין וואס דאס איז ”היפך הטבע של” איש הישראלי.

43בשעת מ'האט אידן געגעבן די תורה באם בארג סיני, און מ'האט זיי געזאגט ”אנכי הוי' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים” איז דאס דעמאלט דער דבר ה' קיים לעד ולעולמי העולמים ובכל יום ויום זאגט מען א אידן, אז אויב דו ווילסט ארויסגיין מארץ מצרים,

44וואס אין יעדער דור און בכל יום ויום איז דאך דא דער חיוב אויף ארויסגיין פון די מיצרים של יום זה איז דא מערניט דער איין און איינציקער וועג ווי אזוי דו זאלסט ארויס פון ארץ מצרים דורך דעם וואס דו וועסט זיך פארבינדן מיט הוי אז ער זאל ווערן אלקיך דיין אויבערשטער און דיין כח וחיות,

45וועסטו דעמאלט קענען ארויסגיין מבין אומות העולם.

46און זאגט מען קודם לזה, אז אין וואס פאר א וועג קען מען ארויסנעמען דעם ”לי ולבנים מבין אומות העולם”?

47איז ניטא קיין דרכים חדשים, איז ניטא קיין נייע וועגן, ווארום ווי דער אויבערשטער וואס האט דאס צוגעלאזט די מעגלעכקייט פון גלות בין אומות העולם האט ער לכתחילה מקדים געווען רפואה למכה ווי אזוי מ'זאל דערפון ארויסגיין, און דאס איז דער ”העוסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור.

48און אט דא פרעגט דער רבי, דער נשיא, וואס איז דער דיוק ”העוסק בתורה” האט דאך געדארפט שטיין הלומד תורה?

49און איז מסביר, אז הלומד תורה איז ניט גענוג.

50בשעת ער לערנט תורה, קען דער לערנען תורה ווערן ביי אים פונקט אזוי ווי ער לערנט אן אנדער חכמה שבעולם.

51וואס אזוי ווי מ'זעט, אז בשעת מ'קען לערנען א חכמה, ביז אפילו חכמת המוסר, און אף על פי כן ס'זאל זיין בהנהגתו היום יומית פונקט דער היפך אט אזוי קען זיין דער אופן 'לימוד התורה' אויך רחמנא ליצלן אין אן אופן ביז וואנענט הלומד ”שלא על מנת” לעשות ואדרבא הלומד על מנת לכנתר דעם ענין מיט וועלכן ער לערנט.

52ניט נאר לכנתר אויף קריגן זיך מיט א צווייטן ער לערנט אן ענין כדי צו לכנתר זיין אט דעם ענין.

53וכידוע דער סיפור, אז ס'איז דא אפילו בא חוקרי ישראל פון ימי הביניים, איז בשעת זיי ברענגען סתם אמר החכם גייט דאס אויף אריסתא, איז דא דער סיפור הידוע, אז מ'האט אים אמאל געכאפט בא ניט קיין שיינער מעשה,

54האט מען ביי אים געפרעגט ס'טייטש דעו אריסתא האט זיך מייסד געווען און פאנאנדערגעארבעט א שיטה אין מוסר און אין הנהגות האדם וכו ווי קומסטו צו דער מעשה?

55האט ער געענטפערט, אז איצטער איז ער ניט אט דער אריסתו וואס האט מייסד געווען תורת המוסר.

56מ'קען לערנען תורה, און תורה זאל זיין א באזונדער ענין, און ער זאל זיין א באזונדער ענין.

57בשעת ס'איז דא דער 'העוסק בתורה', אז ניט נאר ער לערנט תורה, נאר אט דאס איז זיין באשעפטיקונג, אין וואס איז זיין גאנצע מציאות, אין וואס ליגן זיינע כחות מיט זיין שכל, מיט זיין הרגש שבלב ליגט דאס אין תורה.

58וואס אט דעמאלט, בשעת ער פאראיינציקט זיך מיט תורה, איז אט דעמאלט קען ער ניט ענטפערן אז איצטער איז ער ניט אט דער איד וואס האט געלערנט דעם ענין אין תורה מיט א שעה פריער, ווארום ער איז נת עצם געווארן אט דאס איז געווארן זיין גאנצער עוסק בעולם דער ענין פון 'לימוד התורה'.

59און אויף דעם וועג נעמט ער ארויס עצם נפשו, די אלקות וואס ס'איז דא בנפשו, וואס דאס איז די ”נפש השנית בישראל”, וואס זי איז חלק אלוקה 'ממעל ממש', אז ס'זאל זיין ביי אים דער ”פדה בשלום” נפשית אלס יחיד, דורך דערויף וואס ער איז 'עוסק בתורה'.

60און אויף דערויף זאגט מען אבער, אז דאס איז נאך ניט מספיל.

61ווארום בשעת ער טראכט וועגן זיך אליין, און ווייטער איז אים ניט נוגע וואס ס'טוט זיך אין דעם ארום איז דאס על-דרך ווי ס'איז דא דער דין אין נגלה, אז בשעת מ'איז טבל איין אבר אין מקוה בלייבט דער גאנצער גוף טמא אפילו דער אבר וואס איז אין מקוה ס'דארף זיין די טבילת כל הגוף כולו אט אזוי איז ניט שייך א גאולה אמיתית פון אידן,

62בשעת ס'געפינט זיך א איד וואס ער איז שלא כדבעי.

63נאר וואס דען די גאולה איז דאך ניט אלעמאל בבת אחת מהפכים כולם, איז לכל הפחות דארף ער אפטאן אט דאס אלץ וואס איז בכחו אויף העלפן א צווייטן אידן,

64ער דארף דאך אבער וויסן אין וואס ס'פעלט א צווייטן אידן און וואס ס'פעלט אים, און אין וואס פאר אן אופן ער זאל העלפן דעם צווייטן אידן?

65אט דערפאר איז פאר דעם עוסק 'בגמילות חסדים' איז דא דער ענין פון 'העוסק בתורה'.

66וואס דער סדר אין תורה איז אויך מדוייק, און דאס גופא איז א הוראה, וואס דערפאר איז בשלשו ס'שטייט אין דעם מאמר דער סדר פריער ”העוסק בתורה” און דערנאך 'ובגמילות חסדים' איז דאס אויך מיט א דיוק.

67ווארום טאן א טובה א אידן איז דאך דאס אן ענין וואס דאס איז ”ואהבת לרעך כמוך” איז דאך א 'כלל גדול בתורה', ס'איז דאך אבער דא אויף דערויף די דוגמא, אז בשעת מ'גיט א קליין קינד צופיל זיסיקייטן, איז אף על פי וואס דער קליין קינד בעט דאס,

68איז דאס אבער ניט טובתו אט אזוי איז אויך, בשעת מ'העלפט א צווייטן אידן דארף דאס זיין די הילף אין אן אופן אז דאס זאל זיין לטובתו של הזולת.

69וואס דערפאר, איז בשעת מ'קומט צוגיין און מ'זאגט אז מ'וויל א צווייטן ניט זאגן קיין מושב, און מ'וויל א צווייטן ניט זאגן אז ער איז דורכגעפאלן אין דעם און דעם ענין, כדי אויף אים ניט מצייר זיין און כדי בא אים זאל ניט ווערן ניט קיין גוטע שטימונג איז דאס ניט א ענין של גמילות חסד לאמיתתו של ענין,

70דורך דערויף איז ”חושך שבטו שונא בנו”, אט דאס וואס ער איז ניט מוכיח אט דעם וועמען מ'דארף מוכיח זיין, איז דאס אן ענין וואס לאמיתתו איז דאס ניט גמילות חסדים, נאר דער היפך דערפון,

71נאר וואס דען? דער ”הוכיח תוכיח” דארף זיין אין אן אופן ווי דאס איז אנגעוויזן אין דער תורה שלא ברבים ובדברים רקים וכו' וכו' מיט די גאנצע באווארעניש.

72און באווארענען בא זיך, אז אים איז דער ענין נוגע פונקט ווי דאס וואלט געווען ביי אים אליין, ניט דערפאר וואס ער וויל יענעם מצער זיין, און ס'פעלט ביי אים דער ענין פון אהבת חבירו דער ”ואהבת לרעך כמוך”.

73און אין דערויף גופא קען זיין דער ענין פון גמילות חסדים, פלעגט דאך דער רבי די שאלה, אין גמילות חסדים איז דאך דער לשון הרגיל עוסק חסד אים חבירו דא איז דער לשון העסק איז דאס על דרך ווי גערעדט פריער בא לומד תורה איז ניט מספיק, ס'מוז זיין 'העסק בתורה' אט אזוי איז אויך בהנוגע צו גמילות חסדים,

74איז ניט גענוג אט דאס וואס ער טוט אז ס'איז אפגע'פסק'נט אין שולחן ערוך, אז 'קודם התפילה' דארף ער געבן פרוטה לצדקה טוט ער דאס, און דערמיט האט ער יוצא-געווען ידי חובתו איז דאס א ענין פון העוסק גמילות חסדים,

75דאס איז אבער ניט מספיק אויף ארויסנעמען ”לי ולבנים מבין אומות העולם” ס'דארף זיין דער ענין ”העוסק בגמילות חסדים”, אז דאס ווערט זיין גאנצער עוסק ומציאות בהנוגע לישראל חבירו, בהנוגע לעזולא.

76וואס לכאורה איז דאס איז שוין גענוג אז ס'זאל זיין דער פדא אני לי ולבנים ”בבין אומות העולם” זאגט אבער אויף דערויף תורה, אז דאס אליין איז נאך ניט מספיק, ס'דארף זיין דער ומתפלל אים הציבור,

77ווארום ס'איז דא אזוינע וואס בשעת ער האט צו-טאן מיט א צווייטן לאזט ער אים צו ביז א הגבלה מסויימת, ס'איז דא דער ואהבת לרעך ס'איז ניטא דער ענין פון כמוך,

78וואס דערפאר איז ביי אים דא די זאכן וואס זיי זיינען ענינים פנימיים אט דא פארשליסט ער די טיר און לאזט ניט אריין א צווייטן.

79וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז ביי אים איז דא אן ענין וואס איז אפגעשלאסן פאר א צווייטן, איז ”כמים הפנים לפנים” ווערט ביים צווייטן אויך אפגעשלאסן א חלק מחייו אין וועלכן ער קען ניט אריינקומען.

80וואס אט דעמאלט קען דאך ניט זיין דער ענין פון גמילות חסדים ווי ס'דארף-צו-זיין, ווארום ניט ער ווייס אלץ וואס ס'טוט זיך בא דעם חבר, ניט ער איז גרייט אפצוגעבן דעם חבר אלץ אין וואס דער חבר נויטיקט זיך, ס'איז דא ביי אים א הגבלה ”עד פה סבו”, און דאס איז זיינער אן ענין פרטי און אן ענין פנימי, וואס אהינצו לאזט ער ניט אריין קיין צווייטן.

81וואס אין ואהבת לרעך איז דאך גלייך צוגעשטעלט דער ענין פון כמוך.

82וואס על דרך זה איז אויך אין 'לימוד התורה', איז דא בשעת ער לערנט תורה אויך מיט א הגבלה, און זאגט אז אמת טאקע ער וועט לערנען תורה ביז אז דאס וועט ווערן זיין גאנצע מציאות, ער האט מיט קיין אנדערע זאכן גארניט צו טאן, נאר ס'איז אלץ במה דברים אמורים?

83ביז א הגבלה, ביז ס'קומט צו זיין נקודה וואס רירט אן זיין מציאות.

84בשעת לויט תורה וועט אויסקומען, אז די אלע הנחות מיט וועלכע ער האט געלעבט זויפיל יארן דארף ער זיי מבטל זיין און איבערשטעלן זיין לעבן און אנהויבן לעבן פון איצט-אן און ווייטער אין אן אנדער אופן און אין אן אנדער מציאות,

85דאס הייסט, אז ניט נאר ער דארף איבערבייטן זיין מעשה, און אפילו זיין דיבור, און אפילו זיין אופן המחשבה, נאר ער דארף איבערבייטן זיינע הנחות הנפש ביז צו פנימיות נפשו דער ענין פון מסירת-נפש דאס האט ער ניט אויף תורה.

86וואס מסירת-נפש בפנימיותו טייטשט דאך אפ דער אלטער רבי, דער בעל השמחה, אז דאס מיינט מסירת הרצון, ובמכל-שכן וקל-וחומר, מה-דאך אז מ'וויל מצליח זיין אין א לימוד חכמה וואס זי איז פארבונדן מיט 'שכל אנושי',

87איז אין וואס פאר אן אופן קען מען גיין אין דער חכמה לאמת לאמיתתו, אויב מ'גייט ניט צו צו איר מיט הנחות, אז ס'מוז אויסגעפירט ווערן ווי בא מיר האט זיך געלייגט נעכטן,

88נאר וואס דען ס'דארף זיין די הנחה, אז אויב איך וועל קומען צו א פארקערטער מסקנא פארברענעך אלע מיינע שיטות פון נעכטן, און שטעל אויף די שיטה צו וועלכע איך בין היינט געקומען,

89על אחת כמה וכמה אין תורה וואס זי איז דער חכמתו של הקב"ה, ווי מ'זאגט אין ברכת התורה אשר ”נתן לנו את תורתו” אט די תורה וואס זי איז דעם אויבערשטנ'ס התורה אט די תורה האט ער אונז אפגעגעבן אויף צו לעבן אט דעמאלט קען זיין דער 'העוסק בתורה' לתכליתה, אז זי וועט ברענגען צו דעם פלי בשלום.

90וואס אט דאס זאגט ער דעם דריטן תנאי אויף די ביידע ענינים הקודמיים, אז ס'דארף זיין דער מתפלל אים הציבה וואס דער ענין התפילה בכללה איז דאך דאס ווי מ'זעט כפשוטו בא יעדערן, אז בשעת מ'איז מתפלל על הקב", אט דאס אויב ער נארט זיך אליין ניט אויס, נעמט דאס אים דורך אויף דורך און דורך ער גיט זיך אפ בכל נפשו,

91אין דעם ענין התפילה. ווארום אויב דאס איז ”מן השפה לחוץ” איז דאס ניט אן ענין פון תפילה, דאס איז זיך אליין אפגענארט, אז א צווייטער זאל טראכטן אויף אים, אז ער דאוונט און איז מתפלל, 'ובפועל ממש' איז דאס איז אן ענין ”מן השפה ולחוץ”, ניט דאס רירט אן זיין הארץ ניט דאס רירט אן זיין נשמה.

92און אויף דערויף זאגט מען, אז אין וואס פאר אן אופן דארף זיין דער מתפלל?

93דארף דאס זיין אים הציבור, אז אפילו ווען דאס רעדט זיך וועגן אמיתית ענין התפילה, וואס ער דאווענט מיט זיין גאנצער נשמה, און ער דאווענט בכל כחות נפשו,

94ווי דער לשון אין ספרי איז ”עד מצוי הנפש” איז אט דעמאלט איז ער אויך אים א ציבור, ער פאראיינציקט זיך דעמאלט אויך מיט אלע סוגים וואס ס'איז דא ביי אידן, וואס ציבור איז דאך עשרה מישראל וואס זיי שטעלן מיט זיך פאר די באי כוחם פון די עשרה סוגים שבישראל,

95פון ”ראשיכם שבטיכם” ביז ”חוטב עציך ושואב מימיך”.

96איז ניט נאר ער לערנט תורה מיט א צווייטן, און ניט נאר ער איז עוסק ”בגמילות חסדים” מיט א צווייטן, נאר אפילו אז ס'קומט לתפילה וואס ער איז זיך מתייחד אים קונו, ביז וואנענט אז תפילה מלשון הטופל, ווי חסידיש טייטשט אפ,

97אז ער פאראיינציקט זיך און ווערט איין זאך מיטן אויבערשטן צו וועמען ער איז מתפלל איז אט דעמאלט איז ער אויך אים הציבור ער איז ”עולה בלהב השמימה” מיט אלע צען סוגים וואס ס'איז דא ביי אידן.

98וואס אט דעמאלט איז האט מען אויך דעם פנימיות'דיקן טייטש וואס דער רבי האט דערציילט וועגן זיין זיידן נאך וועלכן ער איז א נאמען געווען, אז מ'האט מיט אים אויסגענומען א תנאי אז ביי אים זאל זיין תפילה בציבור,

99און דערנאך האט זיך דער ערשטער מנין געשטעלט דאוונען, און האט אפגעדאוונט, און ער איז נאך ניט געקומען צום דאוונען, דערנאך איז געווען דער צווייטער מנין, ביז וואנענט מ'וועט געקומען צו אים צוגיין נאך אלע מנינים, און געפרעגט ביי אים די שאלה, מ'האט זיך אפגערעדט וועגן תפילה אים הציבור, וואס טוט זיך מיט זיין דאוונען?

100האט ער געזאגט, האט ער אויף ד אלע זיינע כחות וואס ער האט בנשמתו, און מיט זיי אלעמען זאל ער דאוונען צום אויבערשטן געווערט דאס ביי אים א ריבוי זמן ביז וואנענט ער קען צוזאמענקלייבן כל עשר כחות נפשי.

101וואס אזוי ווי דאס איז ברוחניות איז דער ציבור עשר 'כחות הנפש' אזוי איז אויך קומט דאס דערנאך אראפ אין ”דין הנגלה אין עשרה מישראל”.

102און אויף דערויף זאגט מען, אז בשעת אויך אין ענין התפילה איז ביי אים ניטא קיין מחיצה פון איין אידן מיט א צווייטן, און דעמאלט איז ניט נאר אים שטייט-אן צו דאווענען מיט ”ראשיכם שבטיכם” נאר ער דאווענט אויך מיט ”חוטב עציך” ”ושואב מימיך” וויבאלד אז יעשו כולם מגודו אחד וויבאלד אז זיי קלייבן זיך אלע צוזאמען,

103כדי צו דאווענען אלע צוזאמען אט דעמאלט גיט דאס א נייע לעבעדיקייט אין זיין ”עסק בתורה” און אין זיין עסק 'בגמילות חסדים', און ס'ווערט דער ”פדעני לי” ער נעמט ארויס די געטלעכקייט וואס איז ביז דעמאלט געווען באהאלטן בין אומות העולם,

104און ער איז דאס פודה דאס ווערט בגלוי, וואס במילא ווערט אויך ולבני דורך דערויף נעמט ער ארויס אידן, פון זייער ענין הגלות, ווי זיי געפינען זיך בגלות בא אומות העולם.

105און אין וואס פאר אן אופן איז אט די פדיאה ניט אז וועלט ווערט אויס וועלט, נאר ס'ווערט דער ”פדה בשלום” ער ציט אריבער די וועלט אז זי זאל מאכן שלום מיט ג-טלעכקייט, אז די וועלט זאל ווערן דער מקדש דער ארט פון דירה לו יתברך, אז די אלע כחות הטבע,

106די אלע כוחות השכל וכל הענינים שבבריאה, איז ניט נאר זיי זאלן ניט מעלים און מסתיר זיין אויף לי ולבניי, נאר אדרבא זיי זיינען משלים דעם חסרונש וואס ס'איז דא בא יעדערן בעניניו, און ס'ווערט א ”פדה בשלום” אן א כ' פאר דמיון,

107נאר פדי' בפועל ”לי ולבנים מבין אומות העולם”, בא יעדערן בחייו הפרטיים, ומגאולה הפרטית לגאולה הכללית, ע ידי משיח צדקנו בקרוב ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים