transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דא נאך אן ענין וואס מ'געפינט אויך בגלוי, ביז אין אן אופן מודגש, וואס ס'טיילט זיך אויס דער בעל הגאולה, דער מיטעלער רבי, וואס אויך בעל פון יום ההולדת ויום ההסתלקות פון יום שלפניו פון ט' כסלו לגבי די נשיאה, אנדערע נשיאים,
¶2אף-ע-פי וואס ער איז געווען, כאמור, ממלא מקום, און זיי זיינען געווען ממלא מקום אור.
¶3און דאס איז בנוגע אן ענין פארבונדן מיט ארץ ישראל, ”ארץ אשר” ”עני הוי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה”.
¶4וואס די גאולה פון דעם אלטן רבי'ן איז דאך אויך ווי ער שרייבט אין אגרת הקודש, אז ויהי שעמדה לנו אט דאס וואס ער האט זיך מתעסק געווען און משתדל געווען און מתייגע געווען אין דער חיזוק הכוללית,
¶5ביז אין אן ענין פון מסירת-נפש, כידוע די שוועריקייטן, און נאך א סך מערער ווי אן ענין פון שוועריקייטן וואס ער איז אויסגעשטאנען כדי אנצוהאלטן דער ענין פון דער חיזוק מאכן אויף די כולות און שיקן צו די כולות וכו ביז וואנענט אז דאס איז אויך געווען די סיבות בגלוי ובאופן רתמי פון דעם מאסר שלו,
¶6וואס דערנאך איז ער נשתחרר געווארן און ס'איז געווארן דער יום הגאולה פון י'ט' כסלו, וואס מ'האט געמאסערט אז ער שיקט געלט צו די טערקן, וואס דעמאלט איז געווען תחת ממשלתם דער ענין פון ארץ-ישראל,
¶7און ער שרייבט, אז ”יתרון האור מתוך החושך”, 'יתרון החכמה מתוך הסכלות' אז דוקא אט דער ענין וואס בגלוי לכאורה איז דאס געווען דער סיבה אויף די אלע שוועריקייטן, ביז דעם מאסר, איז ”היא שעמדה לנו” אז ס'זאל זיין דער ענין הגאולה פונקט פארקערט ווי ס'האט זיך אויסגעוויזן דער מצב הענינו.
¶8וואס על דרך זה געפינט מען דאך ביי אלע רביים אין אלע מקומות פון דעם אלטן רבי'ן אויך דער גודל ההשתדלות בהנוגע צו שטיצן ארץ ישראל ולדרים עלי מיט דער 'לימוד התורה' וואס דארט איז, מיט 'קיום המצוות' וואס דארט איז,
¶9וכל הענינים, כמבואר בארוכה אין די אגרות קודש וואס כל נשיא בדורו האט געשיקט כמה פעמים און געשיקט אויך שלוחים און גערעדט אויך בעל פה אויף לחזק ולהרחיב ולהגדיל אט דעם ענין.
¶10מ'געפינט אבער אין דערויף א חידוש ביי דעם מיטעלן רבי'ן מגבי דעם אלטן רבי'ן, און אט דאס וואס ער איז דאך נוסף אויף דעם ענין פון חיזוק הכוללות ”ולהלות בקודש” להוסיף בזה,
¶11האט ער דא געקויפט בגשמיות, בפשטות, א שטח און א קרקא אין ארץ-ישראל, און האט זיך אין דערויף משתדל געווען,
¶12און וואו האט ער דאס געקויפט?
¶13געקויפט דוקא אין חברון, וכמבואר אויך אין זיין אגרת הקודש, וואס שוין אויך געדרוקט מקצתם בשלימות וואס ס'איז דערגאנגען בשלימות בנוגע צו קדושת חברון, וואס דערפאר האט ער געהייסן דארטן קויפן די ”קרקעות אין בוין” הבנין, און האט זיך אפגעטאן אויך בפועל,
¶14און אויך געשיקט אהינצו חסידים אויף באזעצן זיך, צי אין חברון צי בשאר ארץ ישראל, ועד כדי כך, אז זיי האבן זיך גע'טענה'ט, אז יתכן, אז דא הערן זיי חסידות נוסף אויף דעם ענין פון ”והיו עיניך רואות את מוריך” ושאר הפרטים ושאר הכלליים האט ער זיי צוגעזאגט, און דערנאך מקיים געווען בפועל,
¶15אז ער וועט זיי אהינצושיקן ברכלי חסידות פון די מאמרים וואס ער זאגט, און טאקע אזוי געטאן בפועל.
¶16וואס אט דא קומט-צו אויך א הוראה בפועל, און מ'דארף זיך ניט מסביר זיין בארוכה אויף וויפל דאס איז איצטער נוגע בכלל?
¶17אפילו פאר די וואס קענען ניט טאן במעשה בפועל, קענען זיי טאן על ידי הדיבור, קענען טאן על ידי מחאה, וואס א מחאה העלפט דאך ”אפילו בריחוק מקום”, ווי די משנה זאגט,
¶18אז דאס וואס מ'גיט א זמן אויף מחאה איז אפילו אז מ'געפינט זיך בריחוק מקום, אז ס'דארף געווערן א יאר צייט ביז זיין מחאה וועט אנקומען,
¶19גיט מען איז אף על פי כן איז די מחאה פועל, און מבטל די טענת שקר אויף אן ענין אין וועלכן מ'איז מוכזף, וויבאלד אז ער האט מוכה געווען געפינען זיך בריחוק מקום וואס ס'דארף געווערן א שנה ביז וואנענט אז מ'וועט ברענגען די ידיעה אז ער האט מוכה געווען.
¶20אט דאס איז אויך דער דבר מבהיל וואס מ'זעט בימינו אלו, ובפרט בנוגע צו חברון וכיוצא בזה, אז ס'איז אן ענין וואס ”לא יאומן כי מייסופר” אז ס'קלייבן זיך צוזאמען כמה עשיריות מישראל,
¶21וואס אט דעמאלט איז דאך ווי דער אלטער רבי זאגט וואס ער האט געהערט מרבותי פון דעם בעל שם טוב און פון דעם מגיד, אפילו אינה מעוסקים בתורה איז אויך שכינתא שערי עליהם?
¶22און אין וואס פארנעמט מען זיך און אין וואס גיט מען אוועק דעם שכל מיט די פלפולים, מיט די שקלא-וטריא?
¶23צו טראכטן וואס איז דער ענין פון חברון, צי דאס איז אן ענין וואס מ'האט דאס כובש געווען ביי אנדערע, צי דאס איז אן ענין וואס דאס איז משוחרר פון א שלטון זהר.
¶24און מ'שעמט זיך ניט פאר זיך און פאר אנדערע, און מ'שעמט זיך ניט אפילו פאר גויים וואס ווייסן על כל פנים תורה-שבכתב, און ווייסן, אז חברה מרת המכפלה מיט וסדה וואס ארום דעם מרת המכפלה האט אפגעקויפט אברהם אבינו נאך פריער, פאר מתן תורה,
¶25און באצאלט דערפאר די ”ארבע מאות שקל” כסל, און דערנאך איז צוגעקומען דער ענין פון כיבוש יהושע און כיבוש אלו בבל מיט אלע פרטים שבדבר.
¶26אונטערשטייען דאך אידן בפני כל אים ועדם, און מ'מאכט א סעירה מיוחדת, און מ'באווייזט ארויס חריפות פון ”עם חכם ונבון”, ווי אזוי מ'וועט מטהר-זיין את אשרץ וואס דאס איז נאך למטה פון אשרץ די סברא אין אן אופן פון 'למטה מטה' באין ערוך,
¶27און ניט נאר מטהר-זיין דעם ענין, נאר וועלן ארויסנעמען א החלטה הי' לא תהי אז דאס איז אן ענין וואס געפינט זיך ביי אנדערע, און דער אויבערשטער האט באוויזן וואס זיי ווילן זיך ניט דערמאנען 'שם שמים' דעמאלט וואלט ניט געקומען צו דער גאנצער שקלא וטריא ווען מ'האט פארבונדן מיט שמים.
¶28און אין וואס ניצט מען אויס דעם חכם ונבון וואס דער אויבערשטער האט געגעבן, און בעט דאך, אז ”נתתי לפניך את” הטוב און דאס נוצן דיין שכל,
¶29”ובחרת בחיים” אויף רחמנא ליצלן זאגן אויף חברון עיר האבות וכיוצא בזה אויף ארץ ישראל לגבולותי אין אלע גבולות וואס דער אויבערשטער האט גובל געווען גבול עולם און האט אנגעזאגט,
¶30אז פונקט ווי מ'קען ניט משנה זיין בין בוקר לערב ”בוקר וידע הוי” א פונקט צי ”ויהי ערב ויהי בוקר” קען מען ניט משנה זיין, אזוי ווי קען מען ניט משנה זיין בין ישראל לעמים,
¶31על דרך זה קען מען ניט משנה זיין דורך גיור היפך כהלכה, וואס מ'דארף דאך מאטערן, פועל זיין רחמנא ליצלן ביי א אידן, אז א גיור וואס איז ניט פארבונדן מיט הלכה איז דאס אן ענין וואס דאס נארט מען אפ די גאנצע וועלט, גלוי לעין קול.
¶32ניט אן ענין פון ”מילתא דעבידא לגלוי” נאר דאס איז מלכתחילה כמציאות ניט.
¶33און אויף דערויף גופא מאכט מען אסיפות און מ'פירט עיסקות און מ'דינגט זיך וועגן וואס זאל מען פריער רעדן דעם ענין, א צווייטן ענין, א דריטן ענין, כאילו אז ס'איז דא א מציאות ווען וועלכע מ'דארף רעדן.
¶34על דרך זה, און דאס איז דאך א ”מצוה גוררת מצוה” און אונטערשטייט מען זיך, וכאמור מערער ווי כמה עשיריות מישראל,
¶35וואס דעמאלט האט כביכול די שכינה קיין ברירה ניט, און שכינתא שרי און ס'שטייט און געפינט זיך אין אן אופן פון שרי וואס וואלט ער געווען א מלאך, וואלט ער בטל ניט נאר ער פיל די שכינה ער וואלט בטל געווארן ממציאותו, ווי דער אלטער רבי מאיז,
¶36ער איז דאך אבער ניט קיין מלאך, האט מען אים געגעבן א שליחות נשמה בגוף פון לעשות ”לו יתברך דירה בתחתונים”, איז ער מהפך שעמים אור לחושך
¶37ומר למתו און נוצט זיין שכל וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן, אפשר וועט ער קענען רעדן זיך, און איינרעדן די וואס געפינען זיך ארום זיך, אז דאס איז אן ענין וואס מ'קען משנה זיין און מאכן פון חברה אין עיר האבות אן ענין פון א שטח וואס ער איז געווארן משוחרח.
¶38באקומען ניט לאנגען א בריוו פון א אידן, א ניו-יארקער איד, און א איד ליגט אין לערנער, און א תמים, אדער די תמימות איז דאס געגאנגען עד כדי כך, אז ער הארעוועט און קלייבט מאמרי חז ז ל,
¶39פון וועלכע מ'קען ברענגען א ראי' לפי שטותו, אז וויבאלד אז מ'האט דאס כובש געווען, און וויבאלד אז מ'האט גע'חתמ'עט א חוזה, און וויבאלד אז ”נצח ישראל לא ישקר” טאר מען קיין חרטה ניט האבן?
¶40וואס הייסט מ'האט גע'חתמ'עט א חוזה אויף א זאך וואס געהערט ניט צו דעם?
¶41דאס איז ”נחלת כל עם ישראל”!
¶42און אז ס'קומט צוגיין איינער וואס ער מעג זיין דער בעל מעלות הכי גדול, און פארקויפט א צווייטנ'ס נכסים און שרייט אז ער האט די כוונות הכי טובות, און ס'קען זיין אז ער מיינט אז ער האט די כוונות הכי טובות, און ס'קען גאר זיין אז ער האט טאקע כוונות הכי טובות דאס גיט אים ניט קיין בעלות ורשות פאר קויפן נכסים וואס ס'געהערט צו א צווייטן!
¶43אפילו ווען דער צווייטער איז מערניט ווי א יחיד, על אחת כמה וכמה אז דער צווייטער איז א רבים, עאכו"כ אז דער צווייטער איז א רבים ניט נאר פון דעם דור דאס איז א רבים פון כל הדורות שקדמו לפני זה,
¶44אנהויבנדיק פון דער הבטחה בא ברית בין הבתרים וואס דער אויבערשטער האט געזאגט נתתי שוין אפגעגעבן, ווי ער ברענגט אראפ בכמה מפרשים חז"ל, ביז אויך אין אן ענין וואס איז א נוגע בדין למעשה בפועל,
¶45איז פון דעמאלט אן איז דאס געווארן נתתי קומט מען חתונה'ן א שטר, און דערנאך שפארט מען זיך, אז וויבאלד אז לא ישקר מוז מען אנהאלטן דעם שקר וואס מ'האט צוגענומען ביי א דור מ'וויל צונעמען, רחמנא ליצלן, ביי ”דורות בני ישראל”,
¶46עשיריות דורות דאס וואס געהערט זיי, און אפגעבן זיי א צווייטן, ווער דער צווייטער זאל ניט זיין, אפילו אט די וואס גלויבן און אפשר איז דאס אז צווישן די צווייטע איז דא חסידי ומתואלדם וואס ביסטו בעל הבית אפגעבן נחו נכסים וקרקאות,
¶47וואס דאס געהערט צו צענדליקע דורות פאר דיר, דאס וועט געהערן צו כל הדורות שלאחריו, ביז ”עד סוף כל הדורות”, איז בחר הקב"ה בישראל מבין העמים ובחר ב”ארץ ישראל מכל הארצות”, און ווי חז.
¶48זיינען מסיים, אז דער אויבערשטער זאגט אז די ארץ וואס ער האט אויסגעקליבן וועט ער אפגעבן און האט אפגעגעבן דעם פאלק וואס ער האט אויסגעקליבן, און אזוי בלייבט דאס אין אן אופן פון נחלת עולם.
¶49דערנאך איז ”מפני חטאינו גלינו מארצנו ונתרחקנו מעל אדמתינו” און ווי גערעדט כמה פעמים די הדגשה בזה, אז אפילו בשעת נתרחקנו איז דאס אדמתינו און בשעת רחמנא ליצלן א מעמד פון חטאינו איז דאס אויך ארצנו.
¶50בשעת ס'איז געווען דער ענין פון גלות, און ס'איז איצטער דער ענין פון גלות, און רחמנא ליצלן ס'איז נאך דערוויילע ווייט פון דעם ענין פון ”אתחלתא דגאולה”, ווי מ'זעט ווי אזוי מ'גייט רחמנא ליצלן מדרגא לדרגא,
¶51ס'איז ניט געווען ביז איצטער אזא מעמד ומצב מ'זאל מאכן אן אסיפה מיוחדת פון כמה עשיריות מישראל, און מ'זאל רעדן באופן רסמי א דיון וועגן חברון, צי דאס איז א שטח משוחרר צי דאס איז א שטח כבוש,
¶52און וואס נאכמערער איז וואס דער עולם ארום שטייט און שווייגט.
¶53מ'קען ניט זאגן אז ס'האט גארנישט ניט גע'פועל'ט, אמיליקע צייטן, וואס אין אמיליקע צייטן מיינט מען דאס מיט א פאר חדשים צוריק, מיט אן דעם יאר צוריק, איז געווען עלול אז מ'זאל מאכן דערפון א באנקעט, און מ'זאל זיך פאטשן אויף די פלייסעס אז מ'האט א הישג וואס ס'וועט פירן צו א שלום אמיתי,
¶54און אט שלום ”עד סוף כל הדורות”, דערפאר וואס מ'האט באוויזן לעיני כל אז אידן האלטן רחמנא ליצלן א חרון געהערט ניט צו אידן!
¶55ובדרך טאת, היפך דעת הצבא וואס ליידער איז דאס אזוי געווען האט מען דאס כובש געווען, במילא איז שיקט מען שלוחים און מ'איז מציע אז מ'זאל דאס גלייך צונעמען צוריק ווי רחמנא ליצלן ס'איז געווען מיט עטעכע יאר צוריק.
¶56וואס דאס איז מבטל מעיקרא די אלע טענות, וואס מ'וויל איינרעדן אים זיך, און על כל פנים א צווייטן, אז דאס מיינט מען, אז אויב ס'איז ניטא קיין אנדער וועג צו שלום מצד דעם מצב בעולם און מצד דעם לחץ האט מען קיין ברירה ניט און מ'דארף מוותר זיין, לא הוי ס'האט אינגאנצן קיין יסודנו,
¶57ס'איז ידוע ומפורסם און שוין אויך געדרוקט, און אלע הכל מודים, אז תוקף נאך דערויף ווי מ'האט איינגענומען די שטחים, ווי זיי רופן דאס אן,
¶58אין דער לשון, וואס באמת איז דאס משחרש געווען, מחזיר געווען אויך בגלוי, באופן גלוי ”לעיני העמים”, די נכסים מיט די גבולות צו די צו וועמען דאס געהערט, איז תוקף ומיד לאחרי זה, איידער ס'איז געווען קיין לחץ,
¶59וואס קיינעם פון די גויים האט זיך ניט גע'חלומט אז מ'וועט רעדן מיט זיי וועגן צונעמען צוריק, האט מען אים געשיקט א שליחות מיוחדה, און מ'האט אויסגעקליבן אין דער שליחות א איד א שומר תורה ומצוות,
¶60ובכוונה אז מ'זאל וויסן זיין אז ס'שטייט רחמנא ליצלן רעדט ער על בא כח פון תורה, און וואס איז געווען די שליחות אז מ'זאל צונעמען צוריק אט דאס וואס מ'האט כובש געווען אין דער מלחמה פון זעכציק זיבעצן יאר,
¶61וואס דעמאלט האט זיך קיינעם ניט גע'חלומ'ט אז ס'קען זיין א מלחמה שני' לאחרי דעם נצחון וואס איז געווען באופן ניסי, גלוי לעיני א ול, ס'איז ניט געווען קיין לחץ פון קיינעם ניט, מ'רעדט שוין ניט קיין לחץ פון וואשינגטאן און אפילו פון די אראבער ניט געווען,
¶62מלאחת זיי זיינען געווען צופרידן וואס מ'טשעפעט זיך ניט און מ'טוט ניט מיט זיי אט דאס וואס זיי, רחמנא ליצלן, וואלטן געטאן ווען ס'וואלט געווען, רחמנא ליצלן, א מצב הפשי.
¶63די איינציקע וואס האבן זיך דעמאלט איינגעשפארט אין דערויף, און ליידער האבן זיי א דיעה איצטער אויך, אבער איצטער האבן זיך אנגעכאפט א נקנה רצות, אז פארוואס טוען זיי דאס?
¶64דערפ א שלום געבויט אויף שקר, געבויט אויף על אחת, געבויט אויף חסד בלומים חטאת, און ס'איז גאר ניט קיין חסד בלומים חטאת זיי זאגן בפירוש אז זיי ווילן הקהר.
¶65און דאס אויך איז אין פוטח פה ומצפצף.
¶66מ'דינגט זיך, צי דאס איז א שלום באופן כך צי דאס איז א שלום באופן כך, און מ'דארף געבן א מדר, אט די וואס טוען אין דעם אופן פון שלום עכשיו, וויבאלד אז מ'האט קיין ברירה ניט.
¶67אויב דו טוסטו מצד דעם לחץ פארוואס האסט דאס געטאן אין זעכציק זיבעצן יאר?
¶68און פארוואס דאס ביסט דאך ניט מודה, אז שוין דעמאלט האסט דאס געוואלט צוריק אפגעבן, און דערפאר איז בשעת מ'האט בוחר געווען, האסטו געדארפט זאגן, אז בשעת מ'קלייבט דיר קלייבט מען א זמין וואס ער האט ניט חוזר געווען פון זיין דיעה, דער אויבערשטער האט געגעבן הוראתו דרך תשובה.
¶69איז ניט קוקנדיק וואס ס'איז געווען הונדערט און ניינצן יאר מיט שטיין סמך ד' ימים, א הנהגה שלא כדבעי איז ווי ער זאגט אן אריכות אין נבואת יחזקאל, אז אויב ער איז שב מדרכו, איז ניט נאר אים הספירין ”לו דבר וחצי דבר” נאר ער ווערט נאך זונות נעשה לקזחיות.
¶70במה דברים אמורים? אז ער האט חרטו ”על העבר, אפילו” אים שטייט ניט אן חרט על אבו, על כל פנים דארף זיין קבלה טובה על להבא, ער זאגט אבער בפירוש ”אכלתי ואוכל עוד”.
¶71און ניט נאר ער זאגט, מ'מאכט דערפון א שיטה, מ'מאכט דערפון אן ענין אז דאס זאל לוחץ זיין אויף אידן, אז אידן זאלן דערצו מסכים זיין, און דערנאך אז מ'קומט צו די גויים און מ'רעדט מיט זיי, ווען כסל דערביי איז ניטא קיין איינער וואס וועט דאס אפדרוקן אין א צייטונג זאגט דער גוי, ער פארשטייט ניט וואס מ'שלאגט זיך אן, אים האט זיך ניט גע'חלומט אז מ'וועט דאס אים מציאה זיין.
¶72ער איז דאס מערניט ווי געזאגט לפנים, וואס דאס רעדט זיך וועגן איצטער.
¶73וואס ס'איז איצטער געווען במשך שבועות האחרונות, און דאס זאגט מען אין דער פולער פאראנטווארטלעכקייט קומען צוגיין א בא-כח און האט גערעדט בשם צי ער האט געהאט א שתת ניט גאר קיין שתת, און ער איז געווען אין עיר הבירה אין וואשינגטאן, איז בשעת דערביי ניט געווען קיין פארשטיין פון א צייטונג האט מען ביי אים געפרעגט היתכן, וועגן וואס רעדסטו, און ס'חלומ'ט זיך ניט אז איר וועט נאכגעבן אונזערע ברישות?!
¶74מ'זאגט דאס מערניט ווי לפנים!
¶75כ' ווייס ניט ווערט ער דאס איבערגעבן צוריק און ער וועט קומען צוריק אין ארץ ישראל, ווי ער וועט דעמאלט זיך אויסקומען ער האט ניט אויסגעפירט די שליחות, און דעמאלט וועט זיך אויסקומען אז ער האט אויסגעהאט א טעות אין דער אפשאצן.
¶76וכאמור, דאס איז געווען איצטער לאחר כל הלחץ ולאחר כל הענינים וואס אין כאן המקום להאריך בזה האט מען דאס געזאגט, איז נאך דער ענין פון נצחון באופן ניסי וואס דער אויבערשטער האט געגעבן, ניט מצד ”כחי ואותם ידי עשה לו את החיל לזה”,
¶77איז תוכף בסמיכות בזמן האט מען ארויסגעשיקט א שליחות נעמט צוריק די אלע שטחים, כולל חברי, מתירושלים העתיקה וכו דעמאלט האט מען אט די הגבלה אויך ניט געמאכט.
¶78און אפילו אז מ'וואלט געמאכט פון שלים העתיקה איז אז זכן ואור אבער על כל פנים דאס איז שולל מעיקרא, דער גאנצער צוגאנג, און מ'וויל דאס פארבינדן מיט תורה, רחמנא ליצלן,
¶79אז וויבאלד אז שלום איז אן ענין כך וכך, און אז שלום הוא הכל וכו האט מען קיין ברירה ניט דאס טענה'ן אט די וואס זיי האבן געוואלט אפגעבן, איז גלייך נאך דעם נצחון הכי גדול דער גליק איז געווען וואס דער אויבערשטער האט באוויזן א נס, און די עמי הארץ האבן דאס ניט גע וואס זיי האבן דאך קיין בחירה ניט, האבן זיי איך געפירט ווי ס'דארף-צו-זיין.
¶80א איד האט א מתנה גדולה וואס ”הן האדם הי' כאחד ממנו” ווי דער אלטער רבי טייטשט דאס אפ אין לקוטי תורה, אז דאס איז דער ענין ה בחירה וואס ס'איז מערניטא בא א מהות ועצמות, וואס לקדמה לו עילה וסיבה חס ושלום, און על דרך זה איז דא א בחירה חפשית לגמרי ביי א אידן,
¶81אבער ער דארף זיך דאך נוצן ”ובחרת בחיים” א ”חובל בעצמו פטור”, בדידון ער איז א חובל אין א צווייטן אידן, א חובל אין אלע אידן, א חובל אין אלע אידן במשך כל הדורות,
¶82וכאמור אין פוצה פה ומצפצף.
¶83און אט דאס איז די הוראה וואס מ'נעמט ארויס א כח במיוחד פון דעם יום הגאולה פון דעם בעל יום ההולדת ויום ההסתלקות, שטייענדיק אונטערן צער, אין א ממשלה וואס ס'איז געווען רדיפות לגבי דעת פון תורה ומצוותי,' נוסף אויף די רדיפות וואס ס'איז געווען אין פרנסת בני ישראל,
¶84”וכידוע ומבואר בספרו” דברי הימים לבני ישראל דער גודל הדחקות וואס איז געווען בימיו אין פרנסה אין גשמיות כפשוטה.
¶85האט ער גענומען געלט בא אידן, ועניים, און פון די געלט צוזאמענגעקליבן און האט געשיקט אין 'ארץ הקודש', און האט געהייסן קויפן שטחים אין איר אבות, אין חברה, און האט געזאגט אז דאס ווערט זיין נחלה דערפאר וואס דאס געהערט צו אים מיט אלע פרטים וואס אין כאן המקום להאריך בזה.
¶86פארוואס איז דער סיפור דערגאנגען צו אונז, און פארוואס איז דער העיקר פון די שורות דערגאנגען צו אונז, איז דאס אויך 'בהשגחה פרטית' כתורת הבעש' טוב, מ'זאל עפעס דערפון אפלערנען, אז אפילו אז מ'שטייט אין אזא מעמד ומצב ברוחניות, בדוגמא ווי מ'איז געשטאנען בגשמיות אין די זמן פון דעם צער אין רוסלאם,
¶87דארף מען האבן אין זיך די שטארקייט, ווארום דער אויבערשטער גיט די שטארקייט, אז ניט קוקנדיק אויף אייגענע רצונות, ניט קוקנדיק אויף אייגענעם טבע, ניט קוקנדיק אויף דעם אייגענעם חינוך,
¶88ניט קוקנדיק אויף די מלעיגים שמסביב לו דארף ער האבן אין זיך די שטארקייט אויף זאגן בגלוי, אז ס'איז ניט שייך צו דינגען זיך וואס חברון איז דאס געהערט צו ארץ ישראל לגבולותי און
¶89וואס דאס איז בתוכם, און אן ענין עיקרי, מיט אלע פרטים, וואס אין דרוש להאריך בזה איז גויים ווייסן וועגן דערויף אין דעם ענין ניט ווייניקער ווי להבדיל אידן.
¶90וכאמור, ווי געזאגט פריער, אויף עטלעכע וואכן צוויק האט מען דאס גע'טענה'ט צו א בא-כח פון דער ממשלה, דארטן ווי ער איז געווען אין וואשינגטאן איר גיט אפ מערער וויפל מ'פארלאנגט פון אי ם.
¶91און די הדגשה איז דא, דא וואס מ'זאגט אז מ'זעט אן ענין של פועל.
¶92ס'איז דא נאך איצטער דער שטר קני בנוגע צו דעם שטח א עאכו כמה אז ס'איז דא דער שטר קני"ה הכי גדול ותוקף, וואס דאס איז דער ענין ווי ער שטייט אין תורה.
¶93ועל דרך זה איז ניט נאך בהנוגע צו חברון, ווי כאמור לעיל, ס'איז דא אזוינע וואס מצד תמימות שלהם, מצד איזו סיבה שתהי' דינגט מען זיך מיט זיי, און מ'וויל פון זיי ארויסקריגן אז ס'זאל זיין אנגעשריבן על כל פנים בעל פה וואס איז בהנוגע טאקע חברו ניט, ירושלים העתיקה ניט, אפשר זאל מען זיך דינגען וועגן א אנדער ארט אין ארץ ישראל.
¶94דערנאך קומט צו דער ענין, ווי מ'האט געזאגט כמה פעמים, אז ס'קומט נאך צו לא תיקח שוחד דערפאר וואס דער אויבערשטער נעמט ניט קיין שוחד, און אז מ'גיט דעם אויבערשטן שוחד אז מ'וועט נוסף זיין א תלמיד אין א ישיבה, דורך דערויף וואס מ'וועט עובר זיין אויף א� קיין אנדער שוחד איז ”לי הכסף ולי הזהב”.
¶95דער איינציקער שוחד וואס איז שייך לגבי הקב", אז אזוי ו”הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים”, און דערפאר איז מאה ”הוי' אלקיך שואל מאיםך” דאס דוקא, כביכול, דער אויבערשטער בעטן ביי א אידן,
¶96קומט צוגיין א איד און זאגט דעם אויבערשטן איך וועל דיר געבן עטלעכע לירות און דורך דערויף וועט א צווייטער ארייננעמען נאך א תלמיד אין א ישיבה, און דערפאר וועט ער זיך עקער טאן בנוגע צו דעם ענין העבירה, א צווייטע עבירה, א דריטע עבירה, ביז ס'איז געקומען צו פיקוח נפש בפועל,
¶97רחמנא ליצלן. ס'רעדט זיך שוין ניט וועגן בכח, מיט די טעראריסטן, מיט די מחבל, מיט כל הענינים וואס מ'רעכנט, אז וויבאלד אז מ'דערציילט ניט אז דארט איז געווען א מחבל און דארט האט אויפגעריסן א באמבע וכו איז אפשר ו געווערט א טאג אדער צוויי אדער דריי ווייס מען שוין פון דעם פרטי א ח.
¶98דערנאך קומט מען צו דעם זעלבן רב וואס מ'וויל פון אים ארויסקריגן אט דעם פסק דין, און מ'פרעגט ביי אים וועגן אט דעם שטח וואס ער וויל, רחמנא ליצלן, פסק'נען אז מ'מעג אים צוריק אפגעבן, און מ'זאגט אים, וויבאלד אז דאס איז שנת השמיטה, ווי?
¶99דארף מען זיך דארט נוהג זיין מיט שמיטה זאגט דאך, ביסט דאך אן עם הארץ.
¶100וואס פרעגסטו פאר א שאלה? גיב א קוק אין רמב"ם, גיב א קוק אין אלע פוסקים, גיב א קוק אין תורה שבעל-פה, גיב א קוק אין תורה שבכתב וועסטו זען אז דאס איז ארץ ישראל, ארץ המקודשת, וואס דארט איז חל דחובה פון שמיטה, און אזוי האט מען געטאן מיט זיבן יאר צוריק, און אזוי האט מען געטאן מיט צען שמיטה, מיט זיבעציק יאר צוריק, און אזוי האט מען געטאן
¶101האט מען זיך דער מינוט מאה געווען מיט קדושי' שביעי, דאס איז דערפאר וואס דאס איז אידישע לאן, דאס איז הייליקע לאן, און בא בשעה איז דאס איז אין דעם זעלבן טאג, דא וויל מען ביי אים ארויסקריגן אזא מין פסק-דין, דערנאך זאגט ער, בנוגע צו שמיטה, אז דאס איז אן עם הארץ, אן אים הרצית, אז מ'מאכט גאר א ספק וועגן דעם שטח,
¶102און זאגט אויף דערויף, אז ס'איז ניט א זאך וואס און מאכן א גאנצן בית-דין, און ווארטן ביז וואנענט מ'וועט צו אים קומען צוגיין דאס איז א דבר שהצזוקים מודים בו, שטייט אין תורה שבכתב.
¶103וכאמור, דער עולם ארום שטייט און שווייגט, און מ'איז צופרידן, און מ'שפילט זיך, און מ'האט הנאה וואס מ'איז זיך מפלפל אין תורה, און מ'קען באווייזן אז תורה איז קען נאכגיין דעם צדק ויושב פון אומות העולם אז רחמנא ליצלן מ'זאל ניט אנרירן א שטח וואס מ'האט בלשונם קובש געווען פון די צו וועמען דאס האט געהערט.
¶104וואס דאס איז, כאמור, בנוגע צו חברון, בנוגע צו שטר השטחים, אף על פי וואס אין חברון לאזן אידן ניט אריין אידן זיי זאלן זיך דארט באזעצן, במילא איז דא דער אויברקע כולו פון אינם-יהודים,
¶105עאכו"כ צו די ערטער וואס דארט לעבן אידן, און מ'שטעלט זיי, רחמנא ליצלן, אין סכנה, בפועל, וכמדובר כמה פעמים דער פסק-דין ברור, אפילו לשיט וואס זאגן מיט די אלע ענינים מסולפים, אפילו אז דאס איז בפועל אין חוץ לארץ,
¶106איז בשעת מ'קומט אין קשוי טבן און ס'איז דחשש אז תפסוק הארץ לפניהם ווערט א סכנה פון איין און איינציקן אידן איז אט דעמאלט, אפילו בשבת, אפילו מערניט ווי א שמוע בעלמא, אז מ'איז משמישין וביין דארף מען שוין האבן דעם נשק און אוועקשטעלן זיך בכל התוקף און זאגן לא!
¶107וכאמור, די הנהגה איז פונקט א הפכית.
¶108מ'שלאגט זיך אן, אז מ'זאל דאס צונעמען, נאר וואס דען דאס טוט מען בחשאי, דערנאך הויבט מען אן מחלק זיין שמיטה, היט, אבער אין דערויף שטעלט זיך ניט אנטקעגן, דערפאר וואס דאס איז אן ענין וואס ס'וועט אנרירן דעם תלמיד, א צוועטער תלמידה וכיוצא בזה, און ער נעמט אן די טענה, והראי ער שווייגט.
¶109ווערט דאך אויף דערויף די שאלה, לכאורה אויב דער מעמד ומצב איז אזא קלארער, היינט ווי קומט מען טאקע אז ער שווייגט, איז דער איינצ אדער א מאמר, וואס כ' ווייס ניט בשם פון וועמען דאס איז,
¶110אבער ווייזט איש אז ביסודתו בהרהרי קודש, און אפשר גאר פון איינעם פון די רביים, וואס דארטן רעדט זיך אויף פינחס קדוצ ער אדער פון די רביים וכיוצא בזה.
¶111וואס ווי דער מאמר ווערט דערציילט, וואס דאך דאך שוין געדרוקט אין די פולישע ספרים בנוגע צו דעם ענין פון בעל שם טוב, וואס זיין נאמען איז געווען ישראל און האט געזאגט אז ד אז בסך ווי חסידות איז דאס מבאר בכמה מקומות, אז בשעת ס'איז דא רחמנא ליצלן א מענטש געפינט זיך אין א מעמד ומצב וואס קיין רפואה קען אים ניט העלפן, ווארום ער איז במצב של התעלפות,
¶112און מ'האט געפרואווט אלע-ערליי דרכים אויף להעירא אויפוועקן אים פון די התעלפות, וואס דאס קען ווערן א התחלה ביז וואנענט ער וועט האבן א רפואה שלימה, און דאס העלפט ניט.
¶113אט דעמאלט איז אן עצה הילחש ובאזנו ”שמו אשר יקראו לו”.
¶114און אט דעמאלט, וויבאלד אז דער שם הנמאן איז פארבונדן מיט 'עצם הנפש', וואס איז העכער פון די כוחות גלויים שלה ווי זיי זיינען זיך מתפשט אין גוף, וואס דארטן דערגרייכט דער מצב פון פארחלשקייט,
¶115במילא דערגרייכט דאס אין א העכערן ארט איז פון דארטן איז דאס ממשיך אין די כוחות וואס זיי זיינען נתלבש געווארן אין דעם גוף, ביז אין די כחות הגלויים, ביז וואנענט ער כאפט זיך אויף פון די התעלפות.
¶116דערנאך איז מען ממשיך אין דעם מאמין, פארוואס עפעס דוקא אין טעטן פון בעל שם טוב?
¶117זאגט מען אויף דערויף דער משל, אז ביז דעמאלט איז ניט געווען אזא מין התעלפות.
¶118דאס גופא דארף דאך האבן א ביאור, איז דער ביאור בזה, דעמאלט איז דער מצב אין יהדות נאך ניט געו במילא, אזוי ווי ס'איז געווען ניט די דורות האחרוני האחרונים, במילא איז טאקע האט מען געפילט דעם ווייטאג, און מ'האט דאס נאך אים געקענט פארטראגן, וויבאלד אז דער ווייטאג פון דעם מצב היהדות איז ניט געווען ירוד עד כדי כך.
¶119בשעת ס'איז געווען ”ראשונים כמלאכים” און דערנאך אחרונים כבני אדם, דערנאך איז געקומען אחרוני-אחרונים נאך נידעריקער רחמנא ליצלן דער וכמום דאס היינט ניט חס ושלום אז דאס איז בנוגע צו חלק חשוב מישראל די גאולה פון איצטער איז מעמד ומצב היהדות אפילו פון איין און איינציקן אידן.
¶120מ'קען ניט ארויס פון גלות, פון דעם איצטיקן גלות, ביז וואנענט מ'וועט ניט קענען מיטנעמען מיט זיך יעדער אידן וואס ס'איז דא בדורנו זה.
¶121אתם תלוקטו לאחד אחד.
¶122אז הקב"ה איז נוטל בזרועו כביכול, כל אחד ואחד, און דעמאלט איז ”ושב הוי' אלקיך את שבותך והשיב לא נאמר אלא ושב” דעמאלט גייט ארויס די שכינה מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן ארויס פון גלות.
¶123איז ביי אט די איינצעלנע אידן איז דער מצב און דער כואב אויפן יהדות און מצב היהדות עד כדי כך, אז דער אויבערשטער האט געזען, אז אויב מ'וועט פילן דעם כואב איז אט דעמאלט וועט מען דאס ניט פארטראגן.
¶124איז אט דעמאלט האט דער אויבערשטער געמאכט אז ס'זאל זיין אין אן אופן פון התעלפות, בדוגמא ווי מ'רופט דאס איצטער אן אין אן אופן פון הרדמה, הרדמה חזקה ביותר, וואס ווען האט מען געדארפט אנקומען צו דעם מעמד ומצב?
¶125איז דאס געווען אנהויבנדיק פון די דורות הכי אחרונים וואס ס'האט זיך אנגעהויבן פון בעל שם טוב'ס צייטן, וואס פון איינעם וואס ער האט געהאט אט דעם נאמען
¶126וואס ער האט אים לוחש געווען באזנו של ”כל אחד ואחת מישראל” אליין ארומגעגאנגען אין די כפרים ועיירות ומשבות דערמאנען אז ס'איז דא וואס מ'דארף זאגן געלויבט דער אויבערשטער וכו ווי כידוע די סיפורים בזה.
¶127וואס דאס איז דער איינציקער לימוד זכות וואס מ'קען געפינען אויף אזא מין מעמד איין ומביל.
¶128ביז וואנענט מ'קומט צום איר געפרעגטער לכאורה איז דאס א תירוץ מספיק, אז זכין וואו אז דאס איז אזא מעמד ומצב אז מ'דארף אנקומען צו אזא מין תירוץ, בשעת ס'קומט אבער פאר קלייבן זיך צוזאמען עטלעכע עשיריות מישראל, וואס עדערע פון זיי און אלע צוזאמען זיי נען שומרי תורה ומצוות, און דער כינוס און צוזאמען קלייבן זיך פון זיי איז לכל שם חיזוק התורה והיהדות,
¶129און מ'איז מעוה די סדרה בכל שבת ושבת אויך אין די שבתים וואס ס'רעדט זיך וועגן בולית ארץ ישראל לבוליתיהו, און א טייל פון זיי לייענט די צייטיק און ער ווייס וועגן מעמד ומצב העולם איז א היתכן, אז מ'האט זיי דריי טעג געווען צוזאמען גערעדט וועגן כל ענינים הכי חשובים,
¶130און חשובים באמת, און אנגענומען החלטות טובות, וועגן דעם מעמד ומצב וואס איז פארבונדן מיט פיקוח נפש ממש, של עשיריות רחמנא ליצלן מערער נאך פון עשיריות, פון בני ישראל, האט דערמאנט מען ניט אין פוצה פה ומצפצף.
¶131און דערנאך דרוקט מען א דין וחשבון, און דערנאך דרוקט מען מ'האט אנגענומען החלטות טובות, און טאקע טובות באמת, ניט דערמאנענדיק אין איין און איינציקן ווארט.
¶132ווילסטו ניט דערמאנען בגלוי? וואס הייסט דאס איז ניט בגלוי, מ'ווייס שוין דערפון, דאס איז נתפרסם בכל העולם כולו, מ'קען דערפון ניט מאכן קיין סעד!
¶133וואי איינציקנט ער האט זיך אויף דערויף געהאט, אז זיי זיינען שוין נאך בר-מצוה גי צו זיי און פרעגט!
¶134וואס פרעגסטו בא מיר און זיי זאלן זיי פארענטפערן!
¶135גי צו זיי און פרעגט! האט מען מיר געענטפערט, ער האט דאס שוין געטאן.
¶136זאגט וואס איז דערפון געווארן?
¶137האט מען אים געענטפערט, אז אין כאן המק און ס'וועט זיין אן אנדער מעמד ומצב וועט מען מיט אים רעדן וועגן אט דעם ענין אויך אבער דערוויילע איז שלום עליך ישראל און מ'זאל זיך לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און אן אים גוטע החלטות, און דורכפירן די החלטות בפועל וכו.'
¶138זאגט איך אים, ס'האט געקענט ביי אים פרעגן, ס'שטייט דאך א דין אין שולחן ערוך, וואס אט דער וואס שווייגט, אדער דער וואס ווארט ביז מ'וועט ב פסק דין וואס דאס איז פאר א תואר רב ההט,
¶139און וואס ער ווייס דערפון אויך.
¶140אזוי איז געווען א איד וואס קען לערנט, ער האט געענטפערט זיך אויף דערויף אויך, ”כשם שמצוה לומר דבר הנשמע” איז אזוי דארף מען זיך נוהג זיין אין א פארקערטן אופן, ער האט געוואוסט וואס ער וועט אויפטאן מיט דער שאלה, במילא איז ער כך וכך.
¶141על כל כך דאס איז אבער ניט אויסגעהאלטן על פי שולחן ערוך.
¶142'לא תעמיד' אז ס'דארף זיין דוקא לית עמיד ווען ער איז זיכער אז ער וועט דערפון אויפטאן.
¶143אויב ס'איז דא א ספק און א ספק-ספיקא און א טויזנטל פון א ספק עפעס-וואס א שמץ מנהול, אז אפשר וועט זיין מחאה העלפן איז אט דעמאלט איז מוז ער דאס טאן על פי פסק-דין ברור אין שולחן-ערוך.
¶144וכאמור, איז מען ניט עוסק דער ענין פון שקלא-וטריא ופולין, וכידוע, אז ס'איז געווארן אזא מין צייט, אז מ'האט קיין ברירה ניט, איז אט דעמאלט דינגט מען זיך ווי אזוי די מארקא איז אנגעקלעפט געווארן.
¶145און ווי גערעדט אמאל בארוכה א סיפור, און מ'האט דערציילט בתמאן פון דער משפט ביולית אין רוסלאנד, אז ס'איז געווען אינגאנצן א מעמד ומצב ברור, און אף על פי כן האט מען זיך געדונגען צי מ'דארף אים משים זיין צי ניט, בשעת מ'איז
¶146מ'האט דאך דיר געשריבן א בריוו און דארט איז געווען אין דעם בריוו אויסגערעכנט אלע ראיות לויט דעם חוק פון די לאומים, פון אומות-העולם, אז די השמה האט קיין יסוד ניט וכו ער האט אים געהאט וואס ער געהאט ניט ווייסט אבער אין וואס פאר א מעטפה דער בריוו איז געלעגן אין דער מעטפה.
¶147אין רוסל זיינען די בולים, די סטעמס, די מארקעס, איז דארט געווען דער פנים פון דעם מלך.
¶148אט דער וואס האט געשיקט דעם בריוו האט אנגעקלעפט דעם בוש, דעם שטעמפ אויף דעם מהטפח, מיט דעם פנים אראפ.
¶149אט דאס איז געווען דער ענטפער וואס האט ער אים געענטפערט בנוגע צו משפט בודית.
¶150די מארקה איז אנגעקלעפט מיטן פנים אראפ.
¶151ווער רעדט וועגן א מארקה און פנים ארוף, פנים אראפ, און דארף בא קיינעם ניט פרעגן, אז שולחן ערוך איז אפגעדרוקט געווארן אין צפת, אין בריאה, און אפגעדרוקט געווארן פון מרא דערה ישראל פון בית יוסף, געשריבן געווארן און דערנאך אפגעדרוקט געווארן און דארט איז דאך דא דער פסק דין ברא, און דאס שטייט א מילתא בטעמא.
¶152ניט ער זאגט א חוק אן א טעם, במילא קען מען זיך דינגען וואס דער טעם איז.
¶153ער זאגט דעם טעם, תפסח הארץ לפניהם וואס דערפאר איז כ' ברענגט דאס אראפ אויך די פוסקים וואס זיי רעדן וועגן דינות פון אע' פי וואס אין מסכתא עירובין קען מען זיך דינגען צי דאס געהערט וועגן עירות ”ישראל שבארץ ישראל” צי בחוץ-לארץ ברענגען דאס אבער מפרשי השעת און אין שולחן ערוך בנוגע צו דינען חוץ-לארץ אויך בזמן הזה,
¶154אן קיין נפקא מינה ניט, און מ'האט זיי אריינגעשטעלט אין הלכות שבת וכיוצא בזה, און ס'שטייט דערויף דעם טען, תפתח ארץ לפניהם!
¶155במילא איז וואס איז דא דער ענטפער, צי דאס רעדט זיך וועגן אזא מין שטח, צי יענער האט אט די כוונה צי א צווייטע כוונה, צי דאס רעדט זיך וועגן א שטח כבוש צי דאס רעדט זיך וועגן א שטח משוחרר אין חוץ לארץ איז ניטא קיין שטח וואס ער מלכתחילה געהערט צו אידן!
¶156מ'זאגט אז דאס איז חוץ לארץ ישראל, אז א איד געפינט זיך אין חוץ לארץ געפינט ער זיך אין חוץ לארצנו ועדמת און אף על פי כן פסק'נט מען דארטן,
¶157אז וויבאלד אז דארט געפינען זיך אזויפיל און אזויפיל אידן, און ס'איז גענוג בא פי קוח נפש איין און איינציקער אידן, איז בשעת תפתח הארץ וואס די ארץ 'מצד עצמו' געהערט צו אן אנדערן על פי יושר, על פי מעמד ומצב בהוה,
¶158ווארום דאס איז חוץ לארץ, אבער א איד האט זיך דארט באזעצט, און תפתח הארץ לפניהם איז אט דעמאלט דא דער גאנצער דין מיטן גאנצן תוקף וכו וואס האט דאס א שייכות צו די ג' שבועות, צו תלע בחומה, צו דעם ענין צי דאס איז שטח כבוש צי שטח משוחר אף על פי וואס כאמור איז מלכתחילה האט דאס קיין ארט ניט דאס איז אן ענין וואס איז פארבונדן מיט א טעם,
¶159און דער טעם שטייט בגלוי אין דעם צוזאמען מיטן דין.
¶160וכמדובר 'ולסיים בדבר טוב', אז דאס רעדט זיך וועגן עיר חברון, וואס זי ווערט אנגערופן עיר האבות אפילו בפני עמי הארץ וואס לייענט די בייבל, אף על פי וואס זיי ווייסן ניט וואס איז דער ענין פון תורת חיים, הוראה בחיים, ווארום ”מגיד דבריו ליעקב חוקל ומשפטיו לישראל”,
¶161אבער זיי ווייסן וועגן א בייבל, און ווייסן וואס דער פירוש איז כפשוטו, און וואס ”המעשה הוא העיקר” אז בדוגמת זה איז אויך בנוגע דער פירוש כפשוטו.
¶162וכאמור לעיל, וואס מיט אייטלעכע וואכן צוריק האט מען זיך געוואונדערט אין עיר הבירה, אין ארצות הברית, אז מ'גיט אפ מערער וויפל מ'האט געוואלט, וויפל מ'האט געוואלט איצטער, ניט ווי 'מי שיש לו מנה רוצה מאתים'.
¶163און אט דאס קומט בהמשך ואמור לעיל, ווערט דערפון אויך די הוראה מיט א נתינת כח, מיט א התעוררות מיוחדת, אז מ'קומט אין יום הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן, וואס דאס איז פארבונדן מיט זיין יום הולדת און מיט זיין יום ההסתלקות, וואס דעמאלט איז כל ”פעולה עבודתו אשר” עבד בו במשך ימי חייו שטייט דאס בגלוי ”ופועל ישועות בקרב הארץ”,
¶164אפילו אין די וואס נעמען זיך נידעריקער פון קליפת נוגה, ווי ער זאגט אין אגרת הקודש.
¶165מ'דארף אבער האבן, אז א איד זאל ניט שטערן, און דערנאך וועלן זיכער אידן העלפן, און דער עיקר איז ”הקב"ה עוזרו” איז אט דעמאלט ווערט די התורת מיוחדה, און פון חברון איז דאס מתפשט,
¶166אומעטום וואו ס'איז דא א איד ווערט דאס אן ארץ, א ד' אמות און אן ארץ, וואס דארטן איז ”רצתה לעשות רצון קונה” ווי דער רמב"ם פסק'נט אפ, אז יעדער איד וויל ער באמיתיות מקיים זיין רצון קונה במילא ווערט ער אנגערופן בשם ”תהיו אתם לי ארץ חפץ” און ווי תורת הבעל שם טובה, אז דוקא מינה איז נאר,
¶167אז ס'איז דא וואס איינער שטייט אין א מעמד ומצב וואס כהל הן יקר און אבנים טובה צו מרגליות וואס ס'איז דא אין דעם 'ארץ חפץ' מיט דעם מים חיים שטייען בגלוי על פני האדמה,
¶168ס'איז דא אזא מין אידן וואס מ'דארף אראפנעמען מערניט ווי א שיחוה קלה, א ביסל ערד וואס ס'איז צוגעקומען גשמיות מבחוץ, אבער מערניט ווי א ביסל, און ס'איז דא אזא מין וואס מ'דארף חופר זיין בעומקיותר,
¶169ס'איז אבער א זיכערע זאך אז ”אתם תהיו לי” 'ארץ חפץ' וואס דער אויבערשטער האט דארט אריינגעלייגט זיין חפץ און זיין תענוג און זיין רצון מיט זיך אליין דארטן.
¶170און אט דעמאלט וועט זיין, אז אף על פי וואס ”ויצא יעקב מבית שבע וילך” ער נה, און ווי מ'טייטשט דאס אפ אין ספרי מוסר, און מער בארוכה אין ספרי חסידות, ביז אויך אין די דרושים פון דעם ”בעל הגאולה ובעל” יומי אל ארץ, פון דעם מיטעלן רבי'ן, אז דאס גייט אויף א נשמה פון א אידן,
¶171וואס יעדער איד ווערט דאך אנגערופן בשם יעקב וישראל איז אט די נשמה קומט אראפ מלמעלה, און דארט איז דא די שבע מדות,
¶172און דארט איז דא די סביעי מיט אלע זאכן, און ביז ”וילך חרנה” און ס'קומט אראפ ”מאיגרא רמה לבירא עמיקתא” ”אין חרון אף” העולם וואס דערפאר ווערט דאס אנגערופן בשם חרנה און אט דארטן גיט מען אים דעם כח, אז ניט נאר ער ווערט ניט נתרשם פון לבן הרמי,
¶173אף על פי וואס יענער טענה"ט אז עכי עצמי ובשרי עתה און שטעלט זיך אים נאך פאר פאר א גוטן פריינד, און וויבאלד אז אחתו ואבדי תניא חינם אדרבא נקבת חרחה און ער וועט אים געבן כך וכך און די ענינים און יענע ענינים איז אט דארטן שטייט א איד בתוקף המתאים און איז ממלא שליחותו ווי דער אויבערשטער וויל,
¶174ביז ואתידת שנשים עיני וואס דאס איז אויך פון די רמזים, אז אפילו אז מ'געפינט זיך אין דער שינה עמוקה, ווי גערעדט פריער, ביז דאס ווערט א הסלפות ווערט ער אין א מעמד ומצב פון ותידץ שנשים אומרים ובלשון הכתוב, אז אף על פי וואס אני ישנה ווי זייער טייטשט אפ בגלותא איז לבו אלו הקב"ה לתורתו ומצוותיו,
¶175און אט דעמאלט ווערט דער ”ואיפרץ האיש מאוד מאוד” נאך זייענדיק אין חרם, און ער נעמט מיט זיך מיט מתתו שלימה בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו און ויבגלו בו מלאכי האלקים ווי רש"י טייטשט אפ, אז דאס איז נאך ווען מ'איז געווען אין חוץ לארץ,
¶176און דאס איז ממשיך אז ס'גייען ארויס מלאכי ארץ ישראל לקראתי ללבותי לארץ ישראל, און מ'גייט אין אן אופן פון אבו דער פון פון ”שפחות ועבדים וחמורים” וגמלים, מיט אלע ענינים וואס זיינען דערמיט פארבונדן, על אחת כמה וכמה די צאן רבות,
¶177כאמור אין אן אופן פון מאוד מאוד, לקבל פני משיח צדקנו, און מיט אים צוזאמען ”אין ארצנו הקדושה”, וואס זי וועט אויך שטיין בשלימות ווארום עוצו ”עצה ותופר דברו דבר ולא יקום” דערפאר וואס עמנו א-ל דער אויבערשטער האט אזוי אפגע'פסק'נט בתורתו הקדושה,
¶178ו ”דבר אלקינו יקום” לעד, און מקבל פני משיח צדקנו, ביחד אמו, מיט שלימות העם און מיט שלימות הארץ,
¶179און ביחד אים שלימות התורה, וואס די שלימות משולשת ברענגט אראפ די ברכת ה' אז די אלע ענינים זאלן זיין מתוך שמחה וטוב לבב, ובטוב הנראה והנגלה, און אין 'תכלית השלימות', אז פון דעם אור במושבותם אין דעם מעמד ומצב פון די לעצטע טעג פון גלות זאל זיין דער ”קץ שם לחושך” הפנימי,
¶180און ”קץ שם לחושך” שבחוץ, ביז אין ”כליא ריגלי דתרמודאו” כאמור לעיל, און מ'וועט האבן די גאולה האמיתית והשלימה למטה מעשרה טפחים, בטוב הנראה והנגלה, אן קיינע שוועריקייטן, ואדרבא מתוך שמחה וטוב לבב, ובקרוב בימינו ממש.
¶181לחיים.