transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1איז גערעדט מערערע מאל ארויסנעמען א הוראה למעשה, און כדי דאס זאל אראפקומען אין מעשה דארף דאך דאס זיין א הוראה מפורטת,
¶2אויב מ'זאגט א החלטה כללית, אז מ'זאל זיין גוט, אדער מ'זאל לערנען תורה און מקיים זיין מצוות און טאן גוטע זאכן, איז אף על פי אז דאס איז דאך דער יסוד און דער רקע אויף וועלכע ס'ווערן דערנאך געבויט די מעשים בפועל, בשעת אבער מ'איז יוצא מיט א הכלטה בכללית,
¶3און ניט אויסטייטשנדיק דערנאך בהנוגע לפועל איז אט דעמאלט בלייבט דאס אלס א 'מחשבה טובה', און א גוטער געדאנק.
¶4”אין המעשה הוא” העיקר אויף אויפטאן מיט זיך, על אחת כמה וכמה אויף אויפטאן מיט א צווייטן, על אחת כמה וכמה אויף צוגרייטן די וועלט אז זי זאל זיין בקרוב מקבל זיין דעם מלך המשיח, און אין דעם סדר ווי ס'וועט דעמאלט זיין מיט וגר זייערם כבש וכו,'
¶5איז קומט דאס ניט ארויס און ס'איז גארנישט ניט משנה מצד דערויף וואס ס'בלייבט בכללות א החלטה, דאס בינדט ניט דעם מענטשן אז ער זאל ווערן אנדערש לאחרי ההחלטה ווי קודם ההחלטה.
¶6כמבואר בארוכה בנוגע צו התבוננות אין 'עבודת ה'', אין די ספרים פון דעם מיטעלן רבי'ן, וואס אויך זיין גאולה איז דאך אויך פארבונדן מיט דעם ענין פון ”פדה בשלום”, וואס דאס איז דאך געווען דער שיעור פון עשירי בחודש, וואס גאולתו איז דאך געווען בעשירי בחודש כסלו, כמבואר בארוכה אין דעם סיפור פון גאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן.
¶7ס'מוז אראפקומען בהנוגע אין א דבר מפורט ומסויים, אז מ'זאל וויסן אז מכאן ולהבא דארף ער מוסיף זיין אין די און די ענינים.
¶8און אט דא, אז ס'קומט צו א החלטה פרטית, זעט מען, בפרט נאך אז מ'דארף זיך אפלערנען פון א גאולה פון א מענטשן און א צדיק און א יחיד בדורו, וואס חייו ופעולותם זיינען דאך געווען בכל עניני חיי האדם וחיי העולם,
¶9אפילו ווען ער וואלט געווען חס ושלום א איש פרטי, וואלט דאך אויך געווען חיים שלימים, ”ואברהם זקן בא בימים” אז אלע זיינע טעג זיינען גאנצע, אעפ' וואס אין די טעג איז דא ימי החול און ימי השבת און ימי היו", פון ימים נוראים און ”ימים קדושים”,
¶10וכיוצא בזה, כל יומא ויומא עביד עבידתי איז ניט קוקנדיק אויף דער שינוי אין די עבודה שלו מיום ליום, איז דאס ימים שלמים, ”בא בימים” יעדער טאג איז א גאנצער אנגעפילטער מיט א תוכן מלא.
¶11עאכו. ווען ער איז א נשיא און א מורי דרך, פאר דורות און דורות שליחליו, סיי אין נגלה דתורה ע'י'שולחן ערוך, ווי באוואוסט ביים נאמען שולחן דעם רב שולחן ערוך,
¶12על אחת כמה וכמה אין 'פנימיות התורה', דורך תורת חסידות, ווי איז ארויסגעגעבן געווארן ביז אין 'הבנה והשגה', וואס דאס איז דאך דער חסידות חב", איז בשעת מ'דארף וויסן און אננעמען א החלטה מסויימת ומוקדרת,
¶13בהנוגע צו הוספה אין פעולות דארף מען דאך לכאורה שטייט מען פאר א לאנגעש שורה פאר א געוואלדיקן מספר פון ענינים, און מ'דארף דאך וויסן פון וואס הויבט מען אן, אף על פי וואס סוף-כל-סוף דארף דאך יעדער מענטש טרעבן, און תקבתו והשתדלותו דארף זיין,
¶14אויף ווערן א שלום בכל עניניו, מ'דארף דאך אבער אנהויבן פון א ענין דארף מען וויסן צו וואס ס'איז דא קדימה און וואס איז דער שורש ועיקר והקדמה בהחשיבות, במילא אויך די הקדמה בזמן,
¶15וואס דאס איז דאך שווער צו וויסן, לכאורה שווער צו אויסגעפינען על אחת כמה וכמה פון ימי חייו פון א נשיא בישראל און אין א נשיא ווי דער אלטער רבי,
¶16וואס ער איז דאך געווען, כאמור, בגלוי סיי אין נגלה און סיי אין 'פנימיות התורה' און סיי אין מעשה המצוות, און ווי גערעדט כמה פעמים, אז מ'געפינט א חידוש בא דעם אלטן רבי'ן, בחייו כפשוטו אפילו, וואס האט געזען 'בעיני בשר', וואס מ'געפינט דאס ניט בא רובם של גדולי ישראל,
¶17אז אין יעדער ענין וואס ער האט געלערנט האט ער אים געלערנט און חוקר ודורש געווען ”מתחילתו ועד סופו”.
¶18ביז וואנענט אז ס'קומט צו שיעורים בתורה, וואס דאס איז דאך א נקצוה גדול בתורה אויף לערנען די הלכות מיט די ענינים פון תורה, וואס יעדער הלכה איז ברובא דרובא פארבונדן מיט א שיעור.
¶19בשעת ס'איז געקומען צו דעם לימוד בא דעם אלטן רבי'ן איז געווען ”מתחילתו ועד סופו”, ער האט געלערנט דעם ענין אין דער הלכה, ביז די הלכה למעשה ווי ס'שטייט אין נגלה דתורה,
¶20דער ביאור פון די ענינים ווי זיי שטייען אין 'פנימיות התורה', אין סודות התורה, און האט זיך דערמיט ניט באגנוגנד, נאר ווי דער ברודער זיינער דערציילט, וואס ער האט געזען בפועל, אז ער האט זיך אליין אפגעגעבן אויף מעסטן די שיעורים בתורה, וויפל איז עשרה ועל דרך בנוגע צו א שיעור עימון, בנוגע צו מקוה וכיוצא בזה בכמה ענינים.
¶21אליין געמאסטן און געבראכט שיעורות, און געמאסטן אויסגעפינען וואס א מדה בינון איז וכו.'
¶22בשעת ס'רעדט זיך וועגן הלכות קריאת התורה געפינט מען, אז ער אליין איז געווען א ”קורא בתורה”.
¶23בשעת מ'געפינט וועגן דעם ענין פון פדיין שבויים, וואס דאס איז דאך א ”מצוה רבה”, דער ענין הכי גדול אין צדקה, ביז וואנענט אז ס'ווערט אנגערופן בשם ”מצוה רבה”,
¶24איז ניט נאר ער האט געלערנט הלכות פדיין שבויים, און געזען אז מ'זאל פודה זיין שבויים און ער איז אליין ארומגעפארן, און ארומגעפארן אין מקומות וואס האבן גאר לכאורה ניט געהאט קיין שייכות צו אים, כידוע סיפור המעשה וואס ס'איז געווען דער גאנצער סכסוך אויף קלייגן געלט כדי דערנאך אויף פודה שבויים זיין.
¶25און מ'האט זיך אויך דערמיט ניט באגנוגנט, נאר אויך משתדל געווען זיך אין פודה שבויים בגופו כידוע די סיפורים וואס ער איז געגאנגען אליין דאך משתדל זיין בא די שרים פון דעמאלט, און בא די פקידים פון דעמאלט בנוגע צו פדיון שבויים, בזמנו וביראו וכו.'
¶26וואס מ'רעדט שוין ניט בנוגע צו מצות צדקה, וואס ער האט אליין געטיילט, נוסף אויף לימוד הלכות צדקה וכו,' מ'רעדט שוין ניט וועגן דעם ענין פון הלכות שחיטה מיט די סקים פון חד מצד אחד, מיט די גאנצע שקלא וטריא שבדבר וכו', וואס אין די אלע ענינים מ'געפינט דאס ניט אפילו בא זיין זון ממלא מקומו,
¶27וואס אף על פי וואס מי יכניס ”ראשו בן הרים גדולים” אט דאס אבער וואס מ'זעט 'לעיני בשר', אז דער אלטער רבי האט זיך אליין משתדל געווען בנוגע מיט 'לימוד התורה' מיט תינוקות ותלמידים, האט זיך אליין משתדל געווען אין מעסטן שיעורים בתורה בגופו, האט זיך אליין משתדל געווען בנוגע צו נתינת צדקה,
¶28צו קלייבן געלט אויף צדקה, זיין א גבאי צדקה, צו פדי שבועים וכיוצא ”בזה אין רוב מצוות התורה” שהגיעו לידו, ניט באגנוגנט זיך מיט לימוד ההלכה, און מיט הפצת לימוד ההלכה, און מורא הוראה זיין א צווייטן ווי אזוי דאס טאן במעשה, נאר אליין דאס געטאן במעשה.
¶29ועל פי הידוע אויך דעם ענין פון פיקוח נפשות בשבת וכו וואס ער איז אליין געגאנגען כדי צו מציל זיין א נפש מישראל, א קימפטערן, ווי גערעדט אמאל כמה פעמים בארוכה.
¶30וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט די נקודה העיקרית.
¶31דאס איז דאך א פרט וואס ס'איז דא בכל מצוה ומצוה, איז דאך דא דער חלק המעסיד שבה, ווי די מצוה שטייט אין תורה, זאל זיין לאסוקי ”שמעתתא אליבא דהלכתא”,
¶32נוסף אויף די שקלא וטריא שבתורה, און ”דרוש וקבל שכר”, ביז אין דער עמקות הכי גדולה 'בלימוד התורה', זאל אויך זיין ”לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא וואס אף על פי” וואס דאס איז גאר א היפך פון חריב ומקשה איז א היפך פון אן ענין וואס אסוקי ”שמעתתא אליבא דהלכתא”
¶33אף על פי כן איז אז ס'איז ”יגעת ומצאת” איז דאך דא אט די וואס בא זיי איז געווען ביידע זאכן, סיי חריב און סיי דער ענין פון לאסוקי ”שמעתתא אליבא דהלכתא כמבואר” אין פירושי השעת אין סך מסכתא הוריות ובכמה מקומות, ווי מ'האט דאס אויך געזען בפועל, וואס דאס איז אויך די נקודות בא דעם אלטן רבי'ן אין נקודה עיקרית,
¶34אבער אעפ' כן דאס איז דאך שייך בכל מצוה ובכל פעולה.
¶35אין יעדער מצוה ופעולה איז דא ווי דער ענין ווערט געלערנט אין תורה, ביז מיט דער מסקנא ווי אזוי מ'דארף איר טאן און וואס מ'דארף טאן, וואס דאס איז די עשי' אין דער לימוד גופא די הלכה שבדבר, און דערנאך די מעשה בפועל כפשוטו, טאן די זאך,
¶36בשעת מ'דארף אבער מאכן א החלטה בנוגע לפועל דארף מען דאך מאכן, אנהויבנדיק פון א באשטימטן שטח, איז דאס איז מודגש וואס דער אלטער רבי פארבינדט זיין גאולה און איז מדגיש דאס אין איין אגרת ובכמה אגרות, אז דאס איז פארבונדן מיט ”פדה בשלום” מיטן ענין פון שלום,
¶37ווי ער איז מדגיש אין די אגרת און חזר"ט איבער כמה פעמים דעם ווארט און דעם ענין שלום.
¶38וואס שלום האט אין זיך א 'דבר והיפוכו', ווי געזאגט פריער, שלום איז ניט שייך זאגן בעולם שכולו אחד אין ”עולם האחדות”, אין 'עולם האצילות', על דרך זה אין דער וועלט ווען ס'איז געווען יום אחד, ווי ער זאגט אין מדרש, אז דעמאלט ”לא היו בעולמו אלא” הקב"ה איז ניט געווען שייך קיין מחלוקה, ס'איז ניט געווען שייך קיין שלום.
¶39בדרך ממילא דארף מען ניט האבן דעם ענין פון שלום.
¶40בשעת ס'ווערט דערנאך א וא יבדיל און ס'ווערט דער ענין פון מיכאל שר של שלש און גבריאל שר של אש איז דעמאלט, ווי ער זאגט אין מדרש דארף מען האבן דעם אותי שלום במרומם אז ער איז משים שלום במרומם צווישן ”מלאך מיכאל און מלאך גבריאל”.
¶41וואס על דרך זה איז בא יעדער מענטשן, על אחת כמה וכמה בא יעדער אידן, וואס ”אתם קרויים אדם” בשעת דער איד הויבט אן זיין טאג, דעם יום אחד, די אחדות פואס אין טאג, הויבט ער זיך אן מיט זאגן ”מודה אני לפניך” וואס דעמאלט איז דא מערניט ווי דער אויבערשטער אליין, ער ווייס נאך ניט פון וועלט,
¶42ערשט דערנאך גייט ער אריבער צו ברכת השחר, וואס דארטן רעדט זיך שוין פרטים וואס ס'טוט זיך אין וועלט, מ'דארף זיין זיי כספים 'מלביש ארומים', ביז התחלה שבדבר, אז ס'דארף מפחין זיין ביום ובין לילה.
¶43אז ס'איז דא א יום באזונדער, א לילה באזונדער ביום אחד איז געווען שמשה אורה, ”אור שנברא ביום ראשון” אף על פי וואס ”ויהי ערב ויהי בוקר” בשעת ס'איז אבער געווארן דער ויבדל און דעמאלט דארף מען האבן דעם להפכין און מ'דארף האבן להפכין ביום ובין לילה אין אזא מין אופן,
¶44אז ניט זיי זאלן מלחמה האבן, איש ברעהו, בדוגמא ווי מ'געפינט דאס אפילו אין קדושה, אז דער וואס עבודתו איז מצד מדת החסד, בדוגמא פון מיכאל, איז ער מלמד זכות אויף יעדערן,
¶45און דער וואס עבודתו ”מצד מדת הגבורה” גבריאל מלשון גבורה מדה של אש איז אט דעמאלט איז עבודתו איז, אז ער וויל יעדערן אויפהויבן ממעמדו ומצבו, בדוגמא פון אש וואס ער איז ”עולה ממטה למעלה”.
¶46וואס דאס איז דער היפך פון מלמד זכות זיין אויף א אידן אין וועלכן מעמד ומצב ער געפינט זיך ניט געפינט ער אויף אים א זכות, וואס במעמדו ומצבו קען ער ממלא זיין תפקידו פון ”אני נבראתי לשמש את קונה”.
¶47בשעת ס'קומט דער יום השלישי, איז אט דעמאלט שהוכפל בו כי טוב, און דאס ווערט פארבונדן מיט א ענין פון ”פדה בשלום”, אז ס'איז דא אן ענין פון קרב לי ס'איז דא אן ענין פון צוויי צדדים, וואס אויב מ'וועט זיך ניט אריינמישן וועט דערפון ארויס א קרב, וועט ארויס א מלחמה.
¶48דערנאך דארף מען האבן, אז די ביידע צדדים זאל זיין שטיל און רואיק, במילא דארף מען האבן אן ענין פון פדיה, וואס אט די פדיה קען זיין אויף א וועג וכמה דרכים, און אט דא איז דער וועקגיף פון ”פדה בשלום” אז ס'זאל זיין אין אזא אופן אז מיכאל בלייבט גאנץ, גבריל בלייבט גאנץ, און ס'קומט-צו א מרומם,
¶49”ועושה שלום במרומם” ס'ווערט נתגלה דער אויבערשטער, וואס על ידי זה איז דערנאך בקיומו ובשלום סיי ”מלאך מיכאל סיי מלאך גבריל”, ועל דרך זה בעבודת האדם.
¶50און ווי ס'שטייט דאך אויף דערויף דער משל, אז שרים, וואס איין תפקידו פון איינעם איז אויף טיילן צדקה וחסד, בדוגמא פון מלאך מיכאל, תפקידו פון א צווייטן איז אויף אויסשטעלן דעם חשבון פון הוצאת המלך, הוצאת המדינה, אז ס'זאל זיין בחשבון און אויסגעהאלטן וכו' וכו', בדוגמא פון גבריאל,
¶51דין וצמצום, בחשבון, ס'דארף אבער זיין דער אותה שלום במרומה וואס איז מייחד שניהם יחדיו, ועל דרך זה בעבודת האדם.
¶52וואס הויבן הויבט זיך דאס אן פון דעם ענין החינוך.
¶53וואס דעם ענין החינוך באשטייט דאך אין דערויף אזוי ווי ”אדם עיר פרא אבלי” אז א קינד ווערט געבארן, איז אט דעמאלט ער האט דאך א ”נפש השנית בישראל, היא חלק אלוקה ממעל ממש”, אבער מ'דארף איר מגלה זיין בפועל, אז זי זאל ווערן דער מלך וואס ער איז שולט אויף דער ”עיר קטנה זה הגוף”,
¶54ווארום 'מצד עצמו' ווערט ער געבארן אין אן אופן אז בגלוי זעט מען ענינים טבעיים, מ'זעט ניט דעם שכל וואס ער וועט זיין דער ממוצע און וועט משלים זיין,
¶55אז דער עיר קטנה וואס האט אין זיך רמ' חיברים בשסה אידים, און וואס ס'געפינט זיך אין א וועלט וואס די וועלט דארף אויך נאך האבן א תיקון על ידי מעשה האדם איז אט דעמאלט דא דער ענין פון חינוך,
¶56וואס ניט קוקנדיק אויף דערויף וואס יוצר לב האדם וכו', ניט קוקנדיק אויף דערויף וואס אדם מאיר פרא יולד מויגט מען אים אן מחנך זיין אין אן אופן בדרכי נועם ובדרכי שלום,
¶57וואס דאס איז דער ענין פון א חינוך על פי התורה, וואס ”דרכי' דרכי נועם וכל מסבותי' שלום” אז בשעת מ'איז אים מחנך על פי התורה, איז אט דעמאלט מאכט מען צום אלעם ערשטן א שלום,
¶58בפמליא של מטה, ווי דער אלטער רבי טייטשט דאס אפ, בא אים אליין גופא, צווישן זיין נפש אלקית און 'נפש הבהמית'.
¶59דערנאך ווערט דורך דערויף א שלום צווישן אים מיטן עולם, אז ניט קוקנדיק וואס ער געפינט זיך אין א וועלט וואס איז אן עולם גשמי, און ער אליין האט צרכים ער דארף זיין אן איכל ושותה און דארף האבן די לבושים מיט אלע זאכן,
¶60זאל דאס אים ניט טרייבן חס ושלום אויף צונעמען א צווייטנ'ס, אדער ניט געבן א צווייטן דערפון וואס ער האט, נאר אדרבא, זיין חיות און זיין קאכן זיך און זיין רצון זאל ווערן אין אזא מין אופן אף על פי וואס דאס איז לכאורה ”היפך טבע האדם”, אפגעבן זיין א צווייטן, איידער נאך ער האט ממלא געווען כל צרכיו שלו,
¶61וואס אויב מ'פארלאזט זיך אויף מדות הטבעים איז דאס בלי הגבלה, און אף על פי כן זאל ער אזוי טאן בפועל, און טאן דאס ווי מ'זאגט בנוגע צו תורה, בנוגע צו אידישקייט, אז ס'דארף זיין ”עבדו את הוי' בשמחה” ער זאל דאס טאן מתוך שמחה וטוב לבב.
¶62וואס דאס איז דער עיקר התפקיד, און ס'הויבט זיך אן די הדרכה בזה על ידי החינוך, א חינוך המתאים, אז גלייך נאך פון קינד וייסו הויבט מען אים אן מחנך זיין אין ענינים פון צדקה, אין ענינים פון יושר, אין ענינים פון גמילות חסדים ונדבנות, וכל הפרטים שבזה, כמבואר בכמה מקומות.
¶63וואס דאס קומט צוזאמען און דאס ברענגט גלייך ארויס דעם ענין פון אהבת ישראל, פארוואס גיט ער א צווייטן אידן, א צווייטן קינד, מתוך שמחה וטוב לבב?
¶64איז דאס פארבונדן דערמיט וואס ביי אים איז דא דער ענין פון אהבת ישראל, אז אף על פי וואס דאס איז א צווייטער ניט ער, און אף על פי וואס אים ווייזט זיך אויס אז ער האט נאך ניט געהאט כל צרכיו, אדער ס'קען גאר זיין ער האט טאקע נאך ניט געהאט כל צרכיו,
¶65איז פונקט אזוי ווי ער וויל זיך געבן, אט אזוי איז ”ואהבת לרעך כמוך” ווערט ביי אים דער ענין פון כמוך, און ער גיט מפטו, אדער כידוע אין די סיפורים בהנוגע צו נשיא דורנו פון דעם שווער, ווי אזוי מ'האט אים מחנך געווען אויף אפגעבן פון זיינע ענינים, לקטנים, בני גילוי אדער אפילו קטנים ממנו,
¶66ברוחניות, בגשמיות וכו כמבואר בארוכה אין די שיחות.
¶67וואס דאס איז דאך אויך וואס דער אלטער רבי איז אזוי מאריך אין כמה אגרות שלו, און אויך אין דעם ערשטן חלק פון תניא, אין דעם ענין פון צדקה, ביז וואנענט אז ער זאגט אויך אז ויהי שעמדו לנו בהנוגע צו זיין גאולה אט דא ענין און די התעסקות זיינע אין עניני צדקה, וואס ער האט דאך געהאט כמה וכמה זכיות,
¶68כמבואר וידוע ומפורסם בנוגע צו דברי ימי חייו, און ביז וואנענט געלערנט די צען זכוסים, כמבואר בארוכה בכמה מקומות, אט דאס וואס ער איז מדגיש בכמה אגרות קודש שלו-אז ”היא שעמדה לנו” איז דאס דער ענין פון צדקה.
¶69און דערנאך קומט דאס אראפ, וויבאלד אז ואהבת לרעך כמוכין כל הענינים פון תורה ומצוותי', וואס על פי האמר איז אויך מובן, אז בנוגע צו קדימה און צו ענין פון וואס אנצוהויבן הויבט זיך דאס אן דער ענין וואס ער איז 'עושה שלום',
¶70”עוסק בגמילות חסדים”, וואס דאס איז דאך פון די מעלות הכגדולות בצדקה, ס'איז אבער אויך כולל אויך צדקה כפשוטו אין דעם מאמר חז"ל, וואס דאס מאכט שלום,
¶71צווישן אים מיט א צווייטן אידן, ווארום ער גיט דאס ”בסבר פנים יפות”, און גיט דאס ביד וחבר, במילא איז דאס יענער אויך מקבל ”בסבר פנים יפות”, און האט בא זיך ניט קיין פארביטערטן געפיל פארוואס דארף ער זיין דער מקבל און יענער דארף זיין דער מתן, ווארום יענער גיט דאס אים בסבר פנים יפות,
¶72אז ס'איז גאר ניט ניכר ווער איז דא דער נותן, ווער איז דא מקבל יותר ממה שבעה לבית עושה אמני, אני עושה אמני בעל הבית זעט מען דאס בא דעם נותן אז ביים איז דאס אזוי.
¶73און אט דאס ווערט דער חינוך כדבעי, איז דערנאך ווי מ'זעט בנוגע צו קופי צדקה, אז צדקה איז דאך פון די מצוות ”ותמתן שכרה בצידה”, אז מ'זעט דאס בפועל,
¶74אז אויב מ'וויל אז די קופי צדקה זאלן זיין רייך און האבן געלט וויפל זיי דארפן האבן, און נאכמערער דארף מען מחנך זיין מענטשן,
¶75אידן, אז זיי זאלן זיין נותני צדקה, איז דאס די אמת"ע פעולה בזה און דער חינוך בזה, דער עיקר הצלחה איז ניט דורך דעם וואס מ'ווארט בשעת יענער ווערט נאך בר מצוה און ווערט ”בן שלשים ובן ארבעים” ובן ”חמישים ובן ששים”,
¶76און דערנאך שיקט מען צו אים אויף אנדרי' זער און מ'הויבט מיט אים אן איינ'טענה'ן און איינרעדן ווי אזוי ער דארף אפגעבן פון זיינע געלט, וואס ער האט געהארעוועט, אפגעבן פאר א מענטשן וואס ער האט אים קיינמאל ניט געזען בעולמו,
¶77וואס ניט אלעמאל איז מען מצליח, אפילו ווען מ'איז מצליח איז מען מצליח און ער נעמט ארויס א נדבה, א תרומה, וואס זי איז ע פי רב שלא בערך וויפל ער האט געדארפט געבן.
¶78בשעת יארן פאר דעם האט מען געגעבן סכומים גדולים אויף עניני חינוך, במילא האט מען מחנך געווען די קינדער פון צוויי דורות לפני זה,
¶79אז זיי זאלן וויסן דעם גודל ענין פון אהבת ישראל, און וויסן דעם גודל ענין הצדקה, און וויסן אז ער דארף מלמד זכות זיין, אז קען גאר זיין אז דער עני און דער זקוק 'באותה שעה' צו דער צדקה איז א פיינערער מענטש פון אים,
¶80און אז ער וועט אויסוואקסן וועט ער פארדינען און מאכן געלט מער פון אים, ובלשון המדינה ער וועט מאכן א לעבן, נאך א בעסערן לעבן ווי ער מאכט.
¶81און וועט אים קענען געבן כבוד.
¶82אט דעמאלט איז מען מצליח אז מ'דארף גאר צו יענעם ניט שיקן קיין שלוחים ער זאל געבן געלט אויף צדקה, ער שלאגט זיך אן בזה, און ער גיט מידו ”המלאה, הפתוחה הקדושה והרחבה”, ווי ס'איז שייך בא א מענטשן, און בא א אידן בפרט, וואס ”אתם קרויים אדם”, ”אדמה לעליון” אין אן אופן פון הרחבה בפועל.
¶83און וואס כאמור, אז דאס איז דער אמת'ער שלום, וואס מ'ווערט ניט ברוגז אויפן פאנדרייזער, און ער ווערט ניט ברוגז אויף זיין נפש אלקית, און ווערט ניט ברוגז וואס מ'דערגייט אים די אר, און מ'לאזט אים ניט הנאה האבן פון 'עולם הזה' ענינים, און מ'איז אים מבלבל אז ס'איז דא מענטשן וואס זיי איז ניט גוט,
¶84און ער מוז זיי ארויסהעלפן בכו' אדרבא ער איז שמח וואס מ'האט אים מזכה געווען מיט א מצוה גדולה ונשאה.
¶85נוסף אויף כללות הענין, ווי דער אלטער רבי איז מבאר בארוכה אין תניא אז דער ענין 'מצות הצדקה' איז נקראת בירושלמי בשם מצות סתם, מצד כמה וכמה טעמים, און דערנאך ממשיך אז זי מקרבת את הגאולה, אז דער ”פדה בשלום נפשי” כפשוטו וואס דאס גייט אויף דוד מלך ישראל,
¶86וואס ער איז דאך דוד מלכא משיחא, וואס ער וועט ארויסנעמען בקרוב ממש אידן פון דעם גלות.
¶87וואס דאס איז אויך ווי גערעדט פריער בהנוגע לפועל, אז אט די אלע וואס זיי זיינען בעהבתים אויף קופו של צדקה, און די צדקה איז ניט געגעבן געווארן על ידי הנותן, מיט א הדגשה און מיט א ציווי אז מ'זאל דאס געבן מערניט ווי אויף דער צדקה,
¶88נאר דאס איז תלוי אין דעם אמונה על הקופר צדקה אויף גבאי צדקה אדער דעם וואס רעדט מיט א אידן וועגן געבן געלט אויף צדקה דארף מען וויסן זיין, אז לכל לראש,
¶89ובסכומים המתאימים הויבט זיך אן די פעולות בזה בהנוגע לפועל, אז מ'זאל געבן די סכומים הכי גדולים, ניט נאר בערך ווי מ'האט געגעבן דעמאלט ווען מ'איז נאך געשלאפן, נאר אפילו דעמאלט ווען מ'איז שוין געווען אויפגעוועקט לתורה ולמצוותי', איז מען אויך גיט מען ”ביתר שאת וביתר עוז” ביז אין אן אופן שלא בערך,
¶90און אט דעמאלט האדעוועט מען אידן אין אן אופן פון צדק, וואס דאס איז אויך דער יסוד פון יושר, וואס דאס איז אויך דער יסוד פון ישוב העולם, און מ'גרייט צו די גאנצע וועלט אין אן אופן צו מקרב זיין, אז ס'איז א גאולה בקרוב ממש,
¶91”על ידי דוד מלכא” משיחא, וואס ענינו איז דאך מדת הצדקה אין ספירה און ספירת המלכות וכו יבוא ויגאלנו אין אן אופן של צדקה, ולכה הוי' הצדקה, ניט רעכענענדיק זיך מיטן מעמד הדור און מעמד היחיד,
¶92וואס אפילו אז מ'וואלט זיך גערעכנט האט מען שוין אויך זוכה געווען צו גאולה האמיתית והשלימה בעגלא דידן, אבער דעמאלט קען דאך זיין 'לפי ערך' וויפל מ'האט פארדינט,
¶93זאגט מען אז ”לך הוי' הצדקה” אז די גאולה וועט זיין אין אן אופן שלא בערך כלל, ניט נאר ”אני ורוחב על החמור”, נאר וערום כרחיב על ענני שמיים אין אן אופן פון זכו און צוזאמען דערמיט אחישנה", גאולה האמיתית והשלימה עיידי משיח צדקנו, ובקרוב ממש.
¶94לחיים. ער
¶95איז געווען א
¶96קרוב פון די פנוחים.