Paragraph
Paragraph rh-3k1hbxey
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3pmnq2mg
- order
- Q
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","edited":true}- content
- און דערנאך אויך לאחרי ברכה אחרונה, טיילן דורך די טנקיסטים לכל אחד ואחת אן ענין פון א שליחות מצוה, א דולר אויף אפגעבן דאס לצדקה. און ויהי רצון, אז מ'זאל אזוי אויך טאן בכל מקום ומקום, צי אין דעם מטבע פון יענער מדינה אדער אן אנדערן מטבע וכיוצא בזה, דער ניט אין דעם ענין, ניט אויף אזויפיל נוגע די כמות שבדבר, וויבאלד אז דא רעדט זיך ניט וועגן דעם ענין פון החיית נפש העני בפשטות, נאר דאס רעדט זיך וועגן ענינים פארבונדן מיט פרוטה לעני והדר מצלי, ועל דרך זה אויך בנוגע בפרוטה קונה חיי נפשו, במילא וועלן דאס אויך פארבינדן דאס מיט כל ענינים אלו, וכאמור לעיל, על דרך זה איז כדאי מ'זאל דאס טאן בכל מקום ומקום נאך לפני יום השבת, כדי ביום השבת זאל קען אין דערויף זיין אויך דער ויכולו. און כדי צו מטיל אימה זיין, איז אויך וואס דעמאלט וועט נאך אויך צוקומען יראת בשר ודם אויף צו טאן דאס, איז מה טוב אז מ'וועט אהערצו מודיע זיין, און אנשרייבנדיק אויף דער מעטפה [אויף דער גלוי,?] אז מ'זאל וויסן אז ס'זאל ניט אוועקגיין צו מישט ווערן מיט אנדערע ענינים די החלטות טובות, און דער עיקר, אז מ'האט שוין אנגעהויבן דאס טאן בפועל, וכאן המקום אויך אויף לתקן אדער לתרץ אדער באווארענען אף על פי וואס דאס איז א דבר המובן וגם פשוט, אז אט די דוחות, אדער די ידיעות והודאות וואס במשך השנה צוגעשיקט, אף על פי וואס מפני ידיעה אפס הזמן האט מען דאס ניט [משר?] געווען לכל אחד ואחת בפני עצמו, אבער חזקה אויף שליחותו-דינא דמלכותא, אז מ'האט דאס געשיקט דורך [בידיעה?] פון א מלכות איז דאס א חזקה אז ס'איז אנגעקומען צו דעם צו וועמען מ'האט דאס געשיקט, און ס'איז אויך א חזקה שליחות א שליחותו אז מ'האט גענומען דעם צעטל און מ'האט אים געבראכט אויפן ציון פון נשיא דורנו, דער רבי דער שווער, אף על פי וואס מ'האט יענעם
- proofread
- 0