Paragraph
Paragraph rh-3gjt6zah
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-nnjtkjmy
- order
- Kf
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און צוזאמען דערמיט ווערט ער אנגערופן יוסף הצדיק, אז אלע זיינע טעג אין ארץ מצרים, וואס ער האט אין צווישן ניט געהאט קיין איבעררייות וואס ער האט געקענט אוועקגיין אין אן אנדער מדינה, ווי ער רעדט נאך אין ארץ ישראל, אחוץ די צייט, די עטלעכע פאר וואכן, וואס ער האט געדארפט ממלא זיין די שליחות פון יעקבאן און אים באגלייטן צוריק אין ארץ-ישראל, וואס דאס האט גענומען אינגאנצן א חודש, א ביסל מער פון א חודש, און זיין לעבן אין מצרים איז געווען, ווי דערמאנט פריער, ניינציק-דריי יאר, ווארום ער איז געווען אלט זיבעצן יאר ווען ער איז אנגעקומען אין מצרים, און האט דארט אפגעלעבט ביז ער איז געווארן אלט הונדערט און צען יאר. איז די גאנצע יאר, און א חוץ דעם איין חודש צייט, איז ער געווען צווישן מצריים, און האט זיך מיט זיי געמוזט טרעפן יעדער טאג, דערפאר וואס ער איז געווען דער משנה למלך, האט ער זיך געמוזט טרעפן מיט דעם מענטשן פון דער מדינה וואו ער איז געווען דער משנה למלך, און צוזאמען דערמיט זאגט תורת אמת, אז ער ווערט אנגערופן בשם יוסף הצדיק, אז ניט נאר ער איז געווען זיך אויפגעפירן ווי יעקב'ס אבינו'ס הזון דארף זיך אויפפירן, נאר אפילו צווישן זיינע ברידער איז ער געווען נאך מערער וויפל זיי זיינען געווען צדיקים.
- proofread
- 0