transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1וועט דער אויבערשטער העלפן און מצליח זיין די אלע וואס זיינען דא, און בענטשן זיי, דער אויבערשטער, מיט די אלע ברכות, ווי דערמאנט פריער, און אזוי ווי ס'קומט נאך צו א שמחה מיוחדת, וואס דער אויבערשטער האט געבענטשט און מ'האט מצליח געווען און מגדל געווען און מחנך געווען קינדער, ס'זאלן זיין בר-מצוה, און על דרך זה אויך בת-מצוה,
¶2זאל זיין דער בר-מצוה און בת-מצוה הולך וגדול אין 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות' יעדערער פון זיי פארדינען דעם נאמען און דעם קיטול פון ”בן אברהם יצחק ויעקב” און 'בת שרה' רבקה רחל ולאה,
¶3און פארשאפן א סך נחת די עלטערן און די מלמדים און די מלמדות, און די וואס האבן זיי מחנך געווען און אויך די זיידעס און די באבעס, און די אלע קרובים פון דעם גאנצן אידישן פאלק, און יעדערער פון זיי וועט זיכער מקיים-זיין לויט דעם מנהג איינגעפירט אין די יארן,
¶4אז דער בר-מצוה, און אזוי אויך זיינע עלטערן, אדער די בת-מצוה און אירע עלטערן, זאל מען געבן א צדקה בהוספה ספעציעל לכבוד און דעם זכות פון דער בר אדער בת מצוה,
¶5און אויך אפלערנען אין דעם טאג פון בר-מצוה אדער בת-מצוה דער בר-מצוה דעם מזמור דעם פערצנטן מזמור אין ספר תהלים, און די בת-מצוה דעם דרייצנטן מזמור אין ספר תהלים,
¶6און אזוי אויך מה טוב די עלטערן און די ברידער און שוועסטער לזכותם בנוגע לנתינת צדקה, און דערנאך גיין מחיל אל חיל יעדערער פון זיי, בתוך 'כלל ישראל', ובמיוחד צוזאמען מיט די עלטערן און מיט די מחנכים ומחנכות, אויף מקבל זיין פני משיח צדקנו,
¶7און זען דעם קיום היעוד, אז ס'זאל זיין ”לשכן כבוד בארצנו”, ובמיוחד אז מ'קומט זיך פון דעם חג הגאולה פון דעם אלטן רבי'ן,
¶8און מ'גרייט זיך בקרוב ממש צו פראווען די ימי חנוכה וואס מ'מאכט ליכטיק בא זיך, און פתח ביתים איז בחוץ אויך פון עתווני אזוי זאל דער אויבערשטער מאכן ליכטיק בא זיי אלעמען,
¶9בתוך 'כלל ישראל', און אויך אין אן אופן פון מוסיף והולך ואור אלס ליכטיקער און ליכטיקער, ביז אין גיכן ממש זוכה זיין בתוך 'כלל ישראל' צו דער גרויסער ליכטיקייט פון דער גאולה האמיתית והשלימה,
¶10און ווי ס'פירט זיך אויך אין די לעצטע יארן אויף געבן איר דעם זכות אויף משתתף זיין זיך אין דער שמחה דורך געבן יעדערע פון די צו א דאלאר אויך מצרף זיין זיי צו דער צדקה וואס זיי גיבן לזכותם פון דער בר-מצוה אדער דער בת-מצוה,
¶11ו”גדולות צדקה ששקולה כנגד כל המצוות”, ו”מקרבת את הגאולה” זאל נאכמער צוגעהיילט ווערן די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,
¶12ביז אין אן אופן אז מ'זאל קענען פראווען דעם חנוכה פון דעם יאר בארצנו הקדושה, צוזאמען מיט משיח צדקנו, מתוך שמחה וטוב לבב, און בגדולת צדקה ווי מ'וועט מסיים זיין דערמיט, אז דאס זאל נאכמער צוהיילן די גאולה.
¶13ובפרט נאך אז שקולה כנגד ”כל המצוות, ובפרט” נאך אז יעדערער וועט זיך אויך צולייגן פון צדקה משלו.
¶14און דאס זאל נאכמערער צוהיילן אלע ברכות, נאך קודם הגאולה, בני חיי ומזוני רויחא, אנהויבנדיק פון אמת'ן אידישן תורה חסיד'ישן אחת, פון דער בר-מצוה, און פון די בת-מצוות, בתוך אלע בשורות טובות און אלע ברכות, ווי דערמאנט פריער.
¶15האט דאס קאט דערפון אים צוינט זיין פון פריער, אמיר זיין בקרוב ממש, און
¶16דער חלקה והצלחה, און א סך נחת פון כהנים און פון ישראלים, חלקה והצלחה,
¶17אויך ימים ישנים תיבות, והצלחה, און דער חלקה והצלחה,
¶18בקרוב, ס'איז לטבע ט.
¶19וואס