English
ספרייה
kind
paragraph
order
4a
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אחד אפגעטיילט צו דעם אויבערשטן, עאכו כמה וכמה אז מערערע אידן קלייבן זיך צוזאמען און הויבן אן מיט בענטשן איינער און צווייטן, וואס דאס איז דאך דער כלל גדול בתורה פון ואהבת לרעך כמוך ביז כמוך ממש, פונקט ווי זיין באציאונג איז צו זיך אליין, אזוי האט ער איז ווערט זיין באציאונג צו א צווייטן אידן און צו א דריטן אידן, ועל דרך זה אויך בנוגע צו פרויען צווישן זיך, קיט דאס צו נאכמערער אין די פתיחת כל הברכות, וואס דאס איז דער אויבערשטער מקור כל הברכות, אין בענטשן זיי אין די ענינים אין וועלכען זיי בענטשן איינער דעם צווייטן, און דאס איז אויך כולל און ברענגט מיט זיך אויך א ברכה די ברכה פון דעם אויבערשטן אין ע ענינים אין וועלכן זיי נויטיקן זיך בכלל, און בפרט אין דעם זמן פרטי אין דער ספעציעלער צייט וואס זיי טרעפן זיך צוזאמען, און וואס ס'האט דאך אויך ווי יעדער זאך אין וועלט האט דאך איר תפקיד און איר אויפגבא און איר שליחות, מיט די ספעציעלע ברכות פארבונדן מיט דעם זמן.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים