transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1גמרא זאגט דאך, אז ”גדולה לגימה שמקרבת” וואס דארטן רעדט זיך דאך וועגן אזוינע וואס זיי זיינען געווען נפרדים, מ'האט געזאגט, אז אפילו בא נפרדים וואס דער פירוד איז שוין אלט אזויפיל דורות, וואס דאס איז דאך אויך אין דער צדרה, לויט די תקנה פון דעם רבי'ן, פון דעם נשיא,
¶2אז בכל יום דארף מען דאך לערנען די פרשה אין סדרת השבוע וואס איז שייך צו דעם טאג, איז דאך דאס גראדע אין דער פרשה פון היינטיקן טאג, אז ס'האט זיך אנגעהויבן דער פירוד צווישן אברהם'ן און ביי יפרוד לויט מיטו, וואס דערנאך איז דאך דערפון ארויס דער פירוד פון עמן ומואב,
¶3איז דאך דאס דאך אנגעהויבן נאך אין פרשה לך לך, און מ'זאגט, אז אין כמה דורות לאחרי זה, וואס בכלל איז דאך אין אן ענין של פירוד איז דאך ”פוטר מים ראשית מדון” אפילו אז ס'הויבט זיך אן אין אן אופן קל ביותר, אויב אבער מ'שטעלט דאס ניט אפ און מ'איז דאס ניט מתקן איז דאך דאס ”פוטר מים ראשית מדון”,
¶4על אחת כמה וכמה אזא מין פירוד וואס ס'האט זיך געצויגן אזויפיל יארן און אזויפיל דורות, און וואס דאס האט זיך אנגעהויבן נאך פון מתן תורה, און דערנאך איז דאך דאס נאך נמשך געווארן לאחר מתן תורה אויך, און דאס איז דאך געווען נאך א פירוד וואס איז געווען פארבונדן מיט גילוי השכינה, ווי רש י איז מפרש אין היינטיקן שיעור,
¶5אז נאך דערויף וואס ויפרוד לו איז דעמאלט איז געווען צו אים דער דבר ה דער דבר הוי' צו אברהם'ען.
¶6איז דאך דאס א פירוד וואס האט אן ארט, און האט אן ארט למטה ולמעלה, און ס'האט אן ארט אין דעם קישור פון מטה ולמעלה ביחד, וואס דאס איז דאך דער 'דבר הוי' אל אברהם' דער גילוי השכינה, גילוי דבר הוי דא ”למטה מעשרה טפחים”, צו א נשמה בגוף.
¶7וואס קישור 'מעלה ומטה' איז דאך נאך העכער ווי מעלה בפני עצמה ומטה בפני עצמה, זאגט מען, אז דאס איז אזא מין פירוד וואס דארטן האט דאס אויך אן ארט, און לאחרי כל זה זאגט מען, אז ווען ס'וואלט נאר געווען דער ”כידמו אתכם בלחם במים ובלחם בצאתכם ממצרים” וואלט דעמאלט געווארן אן ענין שמקרבת.
¶8דאס הייסט, אז לגימה האט אזא מין כח, אז ניט נאר דאס טוט-אויף אין א דבר קרוב שלא יתפרע, ניט נאר ס'טוט-אויף אין סתם א פירוד אויף אים מבטל זיין,
¶9נאר אפילו אזא מין פירוד וואס האט אן ארט און איז 'תופס מקום' און טוט-אויף אין ”מעלה ומטה, וחיבור מעלה ומטה” ביחד, איז לגימה נאך גרעסער אפילו דערפון און דאס האט בכח אויף מבטל זיין אט דעם פירוט, אפילו אזא מין סוג פירוט.
¶10וואס דאס איז דאך בכללות אויך דער לשון גדולה וואס דאס איז דאך א לשון אין תורה איז ער דאך מדוייק בכל הפרטים, וואס גדולה לאמיתתו איז שייך זאגן אויב דאס איז העכער פון 'סדר השתלשלות',
¶11ווארום אויב דאס איז 'סדר השתלשלות' איז דאך ידוע אויף דער פירוש החסידות אין דעם פסוק ”מי יקום יעקב כי קטן הוא” אז פארוואס ווערט אנגערופן די דרגא פון יעקב בשם קטן דערפאר וואס דאס איז מבריח טאקע ”מן הקצה אל הקצה”, וויבאלד אז ס'איז אבער דא די קצוות,
¶12איז אף על פי וואס דאס איז ”מבריח מן הקצה אל הקצה” ווערט דאס אנגערופן בשם קטן, וואס דאס איז דער היפך פון גדולה.
¶13וואס דער ענין פון ”מבריח מן הקצה אל הקצה” איז דאך דאס כולל אין זיך די קצה התחתון מיט קצה העליון פון גאנץ 'סדר השתלשלות', איז דעמאלט איז דאס דער ענין פון קטן הוא בשעת מ'זאגט אויף דערויף ”גדולה לגימה שמקרבת” אז דאס איז ארויסגענומען פון גדר קטן און מ'שטעלט דאס אריין אין די העכערע וואס דאס ווערט אנגערופן בשם גדולה
¶14וואס דערפאר קען דאס מקרב זיין נפרדים, ניט נאר אט די וואס זיי זיינען נפרדים מצד מטה אליין אדער מעלה אליין, אפילו וואס זיי זיינען נפרדים און ס'דערליינגט דארטן, וואס דאס וואס פון דארטן נעמט זיך די יכולת ואפשריות, אז ס'זאל זיין גילוי דבר ה' לה נשמה בגוף, וואס דאס איז געווען דער 'דיבור אל' אברהם אבינו לאחרי וואס נפרד לויט מעיתו.
¶15וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק, אז אויב דאס איז געזאגט געווארן אפילו אין אזא לגימה וואס וואלט געקומען מעיני-יהודים, וואס אויף דערויף איז דאך די אפלערנונג פון ”גדולה לגימה שמקרבת” על אחת כמה וכמה ווען דאס קומט צווישן אידן און ווען דאס קומט אזעלכע וואס זיי זיינען בעצמו ובעצמיותם מקורוב,
¶16על אחת כמה וכמה ווען דאס פועל"ט נאך דערנאך א קירוב אין מקום גשמי אויך, און אין ענינים גשמיים.
¶17נאר וואס דען? מ'דארף מערניט ווי באווארענען, אז מכאן ולהבא, איז ניט קוקנדיק וואס ס'הויבט זיך אן דער סדר פון ”ויעקב הלוך לדרכו” וואס דעמאלט איז דאך דא דער פירוד מצד המקום גשמי,
¶18איז דאך על אחת כמה וכמה אז די לגימה קען אויפטאן כל הענינים ”ביתר שאת וביתר עוז”, ביז וואנענט אז דאס דערגרייכט ניט נאר אין חיצוניות נאר אויך אין פנימיות כל הענינים, ווארום למעלה מסדר השתלשלות איז דאך אויך דא סיי דער ענין פון חיצוניות און סיי דער ענין פון פנימיות.
¶19איז דא דער אויפטו פון ”גדולה לגימה שמקרבת”, אז אפילו ”למעלה מסדר השתלשלות” טוט זיך אויף נאך ”ביתר שאת וביתר עוז”, אז דאס פועל"ט אויך אין פנימיות.
¶20וואס אף על פי וואס לכאורה אין פנימיות דארף מען דאך גאר קיין פעולה ניט האבן, אין דערויף איז דאך ניט שייך זאגן אז מקום גשמי איז מפסיק, און ס'איז ניט שייך זאגן דער ענין פון פירוד, וויבאלד אז דאס איז אמת"ע פנימיות,
¶21איז דאך דאס דער זעלבער ענין ווי ס'שטייט אנטקעגן זכרונות פון ראש-השנה, אז פארוואס דארף מען האבן לכאורה דעם ואלה זכרונכם לפני וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן דעם רצון עצמי וואס ס'איז דא פון דעם אויבערשטן צו אידן, און פון דער אידן צו דעם אויבערשטן איז דאך ניט שייך זאגן אויף דערויף דער היפך הזכרון,
¶22וואס דערפאר דארף מען זוכן עצות אויף ”שיעלה זכרונכם לפני” נאר וואס דען, וויבאלד אז מ'זאגט, אז ס'איז דאך דא ענינים וואס אמת טאקע זיי זיינען קיים,
¶23און אין דערויף איז ניט שייך זאגן קיין ביטול, חס ושלום, דערפאר וואס דאס איז אן ענין עצמו, מ'דארף אבער האבן, אז ס'זאל זיין א זכרון אפילו אין אן ענין פליני זאל דאס ארויס אין אן אופן פון אתה זכר ביז וואנענט אז מ'דארף אנקומען אז צו 'כריתת ברית',
¶24וואס דערפאר איז מען דאך מסיים מיט זכר הברית איז על דרך זה אויך אט דאס וואס מ'דארף האבן דער גדולה לגמ ה איז דאס ניט נאר בהנוגע צו אינני-יהודים מיט להבדיל-יהודים נאר אפילו צווישן אידן,
¶25און אפילו בשעת ס'איז ניטא קיין הפסק, און אפילו אין ענינים פנימיים איז אויך אט דעמאלט, על דרך ווי מ'טוט ענינים אז ס'זאל זיין יעוה זכרונכם לפני און אמרו לפני און תמליכוני עליכם וואס דאס נעמט מען דאך אויך מפנימיות שלמעלה איז אין דערויף אויך איז מעל דער ענין פון לגימה, און ס'איז דאך ”אין ענין יוצא מידי פשוטו”.
¶26ובפרט על פי ביאור און כתבי האריז"ל, ומבואר בארוכה יותר אין תורת החסידות, אז אז דער ענין, אז בשעת דאס איז פארבונדן אין גשמיות, און אין גשמיות איז מען מגלה די פנימיות, דעם ניצוץ אלקים מיט די פנימיות שבזה,
¶27וואס אט דעמאלט איז דאך דאס דער ענין פון ”לא על הלחם לבדע יחי' אדם קיום על כל מוצאי פי הוי” וואס אין לחם דוקא איז 'יחי' האדם' נאר ווי אזוי קומט מען צו צו דעם ”מוצאי פי הוי” דארף מען דאס דערצו קען מען צוקומען דורכן לחם.
¶28וואס אט דאס איז אויך דער כללות הענין וואס איז מנהג בשעת ההתוועדויות, ווי מ'האט דאס געזען בא נשיאים ביים רבי'ן און אזוי בא די פריערדיקע איז דאס געווען פארבונדן מיט אן ענין פון לגימה כפשוטה, וואס דורך אט דעם לחם, וואס דאס איז דאך כללות השם פון עניני מזון,
¶29און אזוי אויך דאס וואס גייט צוזאמען דערמיט איז דאס מקרב און דאס דערגרייכט אויך אויפטאן אט דאס וואס מ'דארף אויפטאן אין פנימיות האמיתיות, און דערנאך קומט דאס דערנאך אראפ אין פנימיות און מחיצונות, ביז אפילו אין די ענינים און אין דעם ארט וואס דארט איז מקום גשמי קען אנרירן, אז דאס זאל אויך בטל ווערן, און ס'זאל זיין דער ענין ההתתקשרות,
¶30והדביקות, ביז דעם ענין ההתאחדות, ניט קוקנדיק וואס דער גוף געפינט זיך במקום זה און א צווייטער גוף במקום אחר, איז מצד דערויף, על דרך ווי ער זאגט אין תניא, אז האותם גופם טפל און די נפשם עיקרי איז מצד דערויף איז קען זיין דער אחר ממש,
¶31”שכולן מתאימות ואב אחד לכולנו” און דעמאלט איז דא דער אמיתית ענין התורה והמצוות, איז אט אזוי אויך מצד עשיית, די ענינים תפלים, איז ווערט דאך אויך דער הפסק, דער מקום גשמי,
¶32אויך א טפל מערניט וואס מ'דארף אים האבן כדי דורך אים ארויסצוקריגן דעם מוצר פי הוי וואס ס'איז דא אין דערויף איז אט דאס בלייבט דעמאלט בכל תקפו, ניט נאר די שייכות און ניט נאר די התקשרות און ניט נאר די דביקות און ניט נאר די התאחדות, נאר דאס ווערט ביז יחיד ממש,
¶33ביז וואנענט אז מ'קען אויף דערויף ניט זאגן אז דאס איז נפרדים שנתאחדו נאר אט דאס איז דער יחיד למטה, וואס דאס איז דער כלי אויפן יחיד למעלה.
¶34לחיים.