עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

2 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1אזוי ווי מ'דארף דאך נאך גיין יעדערער צו זיך א היים, להדליק נר של חנוכה, על פתח מוסף ובחוץ, מערניט ווי איצטער דערמאנען אז דאס איז א ליכטל וואס איז פארבונדן מיט חנוכה, און מיט יום השבת גם יחד, צוזאמען דערמיט אויך איז דאס די זיבעטע ליכתל, וואס זיבן איז דאך א מספר הכולל, ועוד והוא העיקר, אז דאס איז אויך די הכנה און דער ערב פון דער לעצטער ליכטל, פון זאת חנוכה, צוזאמען דערמיט אויך די הכנה, ווי מ'זאגט דאך יעדער טאג אין תפילה, אז די אלע ענינים, על אחת כמה וכמה ענינים פארבונדן מיט די ענינים שבבית המקדש, ווי דער נר חנוכה און נס חנוכה און מנורת חנוכה, איז דאך זיכער א הכנה און אן ערב פון דעם יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים, וואס דאס קומט צוזאמען מיט

2גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און אז מ'איז מוסיף נאך אן ענין, ובפרט נאך אן ענין פון נר מצוה ותורה אור און כולל אין זיך אלע זיבן, און אויך א הכנה און א נרת צו דעם יום השמיני, וואס דאס איז דאך דער כינור של בית המקדש פון לעתיד-לבוא, איז דאך אויך פון שמונה נימין זאל מען בקרוב ממש האבן, ובמזומן, דער ענין פון גאולה האמיתית השלימה על ידי משיח צדקנו, און מ'וועט האבן דעם כינור של בית המקדש של שמונה נימין, צוזאמען מיט די מנרת זהב כולה אין דעם בית המקדש, אז אהרן יראה כהן בציון ווי אזוי אהרן וועט פצינגן די מנרת זהב כולה בבית המקדש השלישי, תיכף ומיד במהרה בימינו ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions