English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

90 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ווי דער כללות הענין פון דער גאולה פון י'ט' כסלו איז דאך געווען פארבונדן מיטן מסירת-נפש פון דעם אלטן רבי'ן, וואס דאס איז דאך דער ענין כפשוטו, וואס דער מאסר איז דאך געווען פארבונדן מיט אזא באשולדיגונג וואס דער עונש בעד זה האט געפאדערט אן ענין פון מסירת-נפש כפשוטו.

2און אף על פי כן האט דאס ניט אפגעשטעלט, און ווי די גמרא דערציילט, אז אדרבא דגים הנמצאים בים איז ”במקום חיותם” דערשרעקן זיי זיך ניט, אויב ס'איז פארבונדן מיט מסירת-נפש, ואדרבא, בכל-שכן וקל-וחומר, און ”מה במקום חיותנו כאן”, ווי די גמרא איז מבאר בארוכה אין סוף ברכות.

3און וואס די מסירת-נפש איז דאך געווען אויף כמה ענינים, וואס די סוגים אין דעם האט דער רבי דער נשיא מבאר געווען, אז בכללות האט זיך דער אלטער רבי מוסר געווען אויף דריי זאכן,

4וואס די אלע דריי זאכן זיינען אויך פארבונדן מיט דעם מאסר וגאולה.

5און די ערשטע זאך איז געווען מסירת-נפש אויפן אויבערשטן, וואס דאס איז דער ענין פון קידוש השם, די צווייטע זאך, מסירת-נפש אויף תורה ומצוות, און ווי ער איז דעמאלט מבאר געווען בארוכה, אז תורה, לימוד אליין, איז ווי די גמרא זאגט ”כל האומר אין לי' לתורה, אפילו תורה” אין לו,

6דאס הייסט ווי אין פשוט איבערגעזעצט, אז ס'איז ניט מספיק און ס'איז ניט גענוג דער לערנען אליין, נאר דער לערנער דארף ברענגען 'לידי מעשה', אז מ'זאל דערנאך מקיים זיין די זאכן וואס ס'שטייט אין תורה,

7און מקיים זיין זיי פונקט אזוי ווי 'לימוד התורה' איז דאך בכל יום ובכל עת ובכל שעה איז מען דאך מחוייב אין 'לימוד התורה',

8אט אזוי איז אויך בהנוגע צו די מעשים, וואס תורה פאדערט ארויס, איז אף על פי וואס כמה פון זיי איז דאך א ”מצות עשה שהזמן גרמא”,

9ווי די מצוות פון שבת וואס זיינען פארבונדן מיט שבת וכיו"ב אבער דער כללות ההנהגה יום יומית איז יעדער פרט אין לעבן פון א אידן איז דארף זיין אן אונטערשייד,

10אז ס'זאל ניכר זיין צי דאס טוט א איד וואס האט געלערנט תורה ”על מנת לקיימה”, אדער ביי אים פעלט די אנווייזונגען פון דער תורה בהנוגע צו יעדער רגע און צו יעדער פאסירונג פון זיין לעבן.

11וואס דאס איז דאך שטימט דאך און איז מתאים מיטן פסק-דין פון דעם רמב"ם, וואס ער שרייבט אין הלכות דיעות, אז החכם איז ניכר ניט נאר אין זיין לערנער, נאר במאכלו ובשתייתו ובטיולו, און ער רעכנט דארט אויס צער זאכן וואס זיינען ניט דער ענין פון לערנען,

12און פונדעסטוועגן איז דארט ניכר דער אונטערשייד צי דאס טוט א חכם צי דאס טוט ניט קיין חכם.

13וואס ”היא חכמתכם ובינתכם” איז דאך דאס ביי אידן דער ענין פון תורה.

14וואס דערפאר איז די מסירות-נפש געווען אויף תורה ומצוות ווי איין זאך, ווארום תורה לערנען אליין איז דאס אפגעטאן א טייל ס'מוז זיין על מנת לעשות, און ווי גערעדט ס'איז בכל דרכיך דארף דאס זיין ניכר אין יעדער רגע פון טאג.

15און אט אזוי איז אויך קען ניט זיין מצוות אן שקידה והתמדה אין 'לימוד התורה' לפי יכלתו, אז זיין גאנצע צייט, וואס על פי שולחן ערוך,

16האט ער דאס פריי, דארף דאס ביי אים זיין אנגעפילט מיט 'לימוד התורה', ווארום אויב ניט איז קען ניט זיין אז ער זאל מקיים זיין די עשיות און די הנהגה יום-יומית ווי ס'דארף צו זיין, אויב ביי אים פעלט אין אהבה און התמדה ושקידה 'בלימוד התורה'.

17וואס דערפאר איז דאס גערעכנט תורה ומצוות פאר איין זאך, און די מסירת-נפש איז אויך אויף דערויף געווען צוזאמען ווערט דאס גערעכנט ווי איין סוג.

18און דערנאך קומט די דריטע זאך, וואס דאס איז דאך ווי ס'איז אויך געווען אין דעם אלשינות וואס מ'האט געגעבן דא למטה אויפן אלטן רבי'ן, איז דאך געווען אט דאס וואס ער שטעלט-איין אן ענין אין 'לימוד התורה' און אין איז אויך געווען ניט ווי ביי אנדערע אידן, איז געווען אויך די מלשינות, אז ער שיקט געלט אין ארץ-ישראל.

19וואס דאס האט דאך דער אלטער רבי געשיקט אויף אויפהאלטן דארטן די וואס זיינען דעמאלט געפארן פון חוץ-לארץ אין ארץ-ישראל און די וואס זיינען געווען פון פריער, און האט זיך אויף דערויף מוסר-נפש געווען, כידוע פון כמה סיפורים, די מחלוקת וואס ער האט געהאט דע מבפנים פון צווישן אידן,

20ועאכו' כמה ווי גערעדט פריער אז ער האט אויף דערויף געהאט דעם על שינות אויך לגבי דער ממשלה אין פעטערבורג, אז ער שיקט געלט אין א מדינה וואס זי איז דעמאלט געווען אין א יחסים שאינם של שלום מיט דער מדינה וואס דער אלטער רבי האט דעמאלט געלעבט, דאס הייסט אין רוסלאנד.

21וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, לויט דעם ווארט פון בעל שם טוב, אז ”ועת צרה היא ליעקב ומיבנה” יוושע אז אום הימנה, פון דער צרה אליין, וואקסט אויס די ישועה, אט דאס וואס ס'איז געווען די הצלה פון דעם אלטן רבי'ן, ועתה עמו פון די תורת החסידות ועניני"ה,

22ועתה ממון פון די אלע ההולכים בעקבות תורה זו, ”עד סוף כל הדורות”, איז דאס געקומען מצד די דריי ענינים פאר וועלכע מ'האט אויף אים מלשין געווען מצד דערויף וואס ער האט מקדש ה' געווען ברבים, און מצד דערויף וואס ער האט זיך מוסר-נפש געווען אויף הפצת התורה והמצוות,

23און מצד צדקת ארץ ישראל, ווי ער שרייבט אין אגרת הקודש ויהי ”שעמדה לנו לפדות” נפשותינו ווי ער איז מאריך בארוכה אין כמה וכמה פון די אגרות הקודש וואס זיינען אפגעדרוקט צוזאמען מיטן תניא.

24איז דאס וממנה יוושע לכתחילה האט מען איבער די אלע זאכן אויף אים מלשים געווען, און דאס האט פועל געווען די ישועה למעלה, אז ”היא שעמדה לנו לבדות נפשינו” וואס דורך דערויף וואס למעלה האט מען מנצח געווען די קטרוגים,

25איז אויך למטה בטל געווארן די אלע ענינים פון העלמות והסתרים, ויצא לחפשי, און מיט אן אופן וואס רעו ”כל אפסי ארץ” הדידן נצח אז פון דעמאלט אן איז געווען נאכמערער די פעולותיו בנוגע צו קידוש השם און צו קידוש התורה ומצוותי ובנוגע צו ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט ארץ ישראל.

26וואס האמור איז דאך מובן, אז וויבאלד אז די אלע ענינים זיינען דאך געווען אין איין מאסר, און אין איין גאולה, און אין זעלבן טאג, איז אף על פי וואס מ'טיילט דאס פאנאנדער אויף דריי סוגים, אויף קידוש ה און קידוש התורה ומצוותי' און קידוש פון ארץ ישראל,

27איז דאס אבער ווי מ'זעט ס'איז געווען דעמאלט כפשוטו, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק אין פנימיות הענינים, אז די אלע דריי זאכן איז דאס איין זאך.

28וואס די הבנה והסברה בזה איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז אויף וואס פאר אן אופן קען זיין קידוש השם איז דאך ניט גענוג אז ער זאל שרייען אז ער איז א מאמין בה' אחד,

29און דערנאך וועט אין אים ניט זיין ניכר וואס ס'טוט זיך מיט תורה אחת איז ווי ער זאגט דער משל אין מדרש, אז בשעת דער אויבערשטער האט אפגעגעבן תורה צו אידן האט ער זיי געזאגט למלך וואס ער האט געזאגט אז מאכט מיר א חדר קטן כדי איך זאל קענען זיין מים ביטו וואס זי האט חתונה גמהאט מיטן בן מלך.

30און אזוי זאגט דער אויבערשטער צו אידן, אז ווי אזוי איז ”אותי אתם לוקחים” ווי אזוי נעמט מען דעם אויבערשטן?

31איז דאס דורך דעם וואס מ'האט חתונה, מ'ווערט איין זאך מיט דער תורה.

32וואס דערפון איז פארשטאנדיק א קידוש השם, וואס דאס איז דאך אז ס'זאל נתפרסם ווערן יתגדל ויתקדש שמו רבה איז דאס איז דורך דערויף וואס מ'נעמט תורה, און ווי אזוי נעמט מען תורה ווען ס'איז ”גדול לימוד שמביא לידי מעשה”?

33אז דאס קומט אראפ אין א מעשה בפועל.

34וואס אט די ענינים זיינען דאך דא ”בכל זמן ובכל מקום”, ממסירת נפש אויף קידוש ה' און 'מסירת נפש' אויף תורה ומצוות זיינען דאך ניט תלוי אין זמן און ניט תלוי אין מקום,

35אבער אעפ' כן איז בדוגמא ווי מ'זאגט אז ושכנתי בתוכם איז ”מלוא כל הארץ כבודו” ”את השמים ואת הארץ אני מלא” און אף על פי כן איז דער מקודשת מכל הארצות איז דאס ארץ ישראל.

36און ס'איז קיין סתירה ניט, אז טאקע ”את השמים ואת הארץ אני מלא” און אין ארץ גופא איז ”מלוא כל הארץ כבודו”, איז דא אבער חילוקים אין וואס פאר אן אופן דאס שטייט בגלוי, און אין גילוי גופא איז אויך דא חילוקים, על דרך ווי ס'איז דא א חילוק ביי א אידן,

37וואס א איד איז דאך נפש השני איז בישראל לחלק אלוקה 'ממעל ממש' דאס איז א חלק פון דעם אויבערשטן וואס געפינט זיך אין זיין נשמה, איז דאך אבער א חילוק ביי א אידן ווי ער שטייט יום-כיפור צו נעילה,

38אדער ווי ער שטייט יום-כיפור אין שאר שעות היום, און ווי ער שטייט בשאר ימות השנה, ביז ווי ער שטייט אין א וואכעדיקן טאג ווען ער איז פארנומען אין עניני פון דרך ארץ אין די עניני עולם.

39איז דאס דער נפש השני איז בישראל לחלק אלוקה ממהל ממש איז האט ער דאס סיי בשעת נעילה ביום הכיפורים סיי ווען ער איז זיך עוסק אין 'עובדין דחול' אין מלאכתך אשר תעשה בחוץ ובשדה אין א וואכעדיקן טאג,

40און אבער אין דער אונטערשיידער ”מן הקצה אל הקצה” צי דאס איז א וואכעדיקע זאך צי דאס איז אן ענין של קודש, ביז קודש הקדשים ווי דאס איז ביום הכיפורים, וואס דאס איז ”שבת שבתון”, ובפרט צו תפילת נעילה, וואס דעמאלט איז דער חותם והתכלית העלי' פון יום הכיפורים עצמו.

41עד"ז ווי דאס איז אין נפש, איז דאס אזוי אויך במקום און אין זמן, וואס אין מקום איז טאקע ”מלוא כל הארץ כבודו” און אף על פי כן איז ”ארץ ישראל מקודשת מכל הארצות”, אויף דער לאנד שטייט ”ארץ אשר” ”עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ויד אחרית שנה”.

42ביז וואנענט אז אין ארץ ישראל עצמה זאגט מען דאך די אלע חילוקים, ווי ער רעכנט דאך אויס אין משנה, אז ”עשר קדושות הן, אין ארץ ישראל” גופא, איז דא צען דרגות, וואס קדושה, און נאך א העכערע קדושה, ביז די קדושה העשירית.

43וואס על דרך ווי מ'האט גערעדט פריער אז קידוש השם און קידוש התורה און מצוותי איז אף על פי וואס לכאורה איז דאס צוויי זאכן איז דאס מערניט ווי בחיצוניות, אבער לאמיתתם של הענינים קען מען ניט אפטיילן איין זאך פון דער צווייטע,

44דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז מ'קען זיי אויך ניט אפטיילן די דריטע זאך דער ”ארץ אשר” ”עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ויד אחרית שנה”.

45וואס דערפאר זאגט מען דאך, אז בשעת א איד דאוונט איז דארף זיין דער ”פניו מכוונים כנגד” ארץ ישראל, ביז וואנענט אז ס'ווערט אזוי אפגע'פסק'נט אין שולחן ערוך, אין א הלכה כפשוטה בנוגע לכל תפילה ותפילה סיי בימות השבת ויום טוב און סיי בימות החול,

46און מ'זאגט דאך אויף דערויף דער טעם דערפאר וואס ”והיו אינו ולבו שם כל הימים” ווי אראפגעבראכט אין שולחן ערוך, ובפרט אין שולחן ערוך פון רבינו הזקן, בעל השמחה והגאולה.

47דערפון איז פארשטאנדיק אבער אויך אין דעם צווייטן וועג, אז ווען איז ארץ ישראל ווי ס'דארף צו זיין, און זי איז דעמאלט בשלימותה, און ס'פירט זיך דורך איר דורך אט דאס צוליב וואס ארץ-ישראל איז געמאכט געווארן בשעת ארץ-ישראל איז ניט אפגעטיילט פון תורה ומצוות און פון דעם אויבערשטן.

48וואס אט דעמאלט ווערט דאס דער ענין אן אחדות שלימה פון די אלע דריי זאכן.

49לכאורה, ווי קען מען זאגן אז די הנחת תפילין און ”מצוה התלוי' בארץ”, און מסירת-נפש אויף קידש השם איז דאס איין זאך, בשעת ס'איז דאך באזונדערע מקומות און באזונדערע זמנים און באזונדערע ענינים?

50איז אט דא קומט-צו אט די הסברה, אז אין די אלע דריי זאכן איז דאס פארבונדן מיט מסירת-נפש.

51אט דאס וואס ס'איז דא דער חילוק אין זיי איז דאס מצד חיצונות הדברים, איז בשעת מ'דארף מפריש זיין תרומות ומעשרות, וואס דאס איז ”מצוה התלוי' בארץ” דארף מען דאס טאן אין א זמן מיוחד און אין א מקום מיוחד,

52וואס דאס איז דוקא פארבונדן מיט א מקום פלוני בארץ ישראל, בשעת מ'לייגט תפילין איז דאס בחוץ לארץ און אין אן אנדער זמן און אין אן אנדער מקום און דורך אן אנדער מענטשן,

53און בשעת ער זאגט שמע ישראל ”השם אלקינו השם” אחד וואס דעמאלט דארף מען דאך מכוון זיין למסור נפשו איז אט דעמאלט איז דאס ווייטער אן אנדער זמן און אן אנדער מקום און אין אן אנדער כוונה.

54דאס איז אבער אלץ ווי דאס איז די ענינים ”מצד מעשה ומצד” דיבור ומצד מחשבה, אבער ניט פנימיות הענין.

55דער פנימיות הענין, אט דאס וואס ס'פאדערט זיך בשעת מ'זאגט אז שמע ישראל אז ביז ה' אחד למסעו נפשו באחד פאדערט זיך דאס דעמאלט, אז ניט אז ביי אים זאל דאס בלייבן, מערניט אין מעשה און דיבור ומחשבה, נאר ער זאל זיין גרייט למסער נפשו בפועל,

56מתוך שמחה וטוב לבב.

57אט אזוי איז אויך דער פנימיות הענין פון הנחת תפילין, וואס דאס איז א ”מצוה שאינה תלוי'” במקום, און די מצוה פנימית פון תלמוד תורה וואס דאס איז א ”מצוה שאינה תלוי'” לא בזמן ולא במקום, איז דער פנימיות הענין, אז ניט ער דארף לערנען תורה דערפאר וואס דאס איז א שכל'דיקע זאך,

58און ס'איז א זאך וואס ער האט אין דערויף א געשמאק, ”מצד השכל שבמוח, מצד” הרגש שבלב, ומאיזה טעם שיהי', נאר ס'דארף זיין ווי מ'זאגט קודם 'לימוד התורה', איז מען דאך מחוייב צו מאכן פריער א ברכה,

59און דער נוסח ותוכן הברכה איז אז פארוואס גייט ער לערנען תורה דערפאר וואס דאס איז ”בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו” ער האט אונז אפגעגעבן אט דעם ענין וואס דאס איז זיין תורה, דעם אויבערשטן'ס,

60און דערפאר זיינען מיר מקבל די תורה און מ'לערנט תורה אן קיין שום אנדערע טעמים דאס קומט ער שפעטער בתורה מצד חיצונות און מצד התמדה און שקידה וכו' וכו דער פנימיות הענין,

61וואס דאס איז אויך דער אמיתית הענין, אז 'לימוד התורה' איז דאס דערפאר וואס מ'זאגט פריער אין דער ברכה, און ווי פירושה כפשוטה, ועאכו' כמה לפי הכוונה שבדבר, אז דאס איז 'חכמתו ורצונו' של הקב"ה,

62אויף וועלכע דער אויבערשטער זאגט ונעלמה מכל חי נאר וארי' אצלו שעשועים התורה זאגט, אז זי איז שעשועו של הקב"ה, און דערפאר איז ער מקבל די תורה און לערנט איר בהתמדה ושקידה ”יומם ולילה”.

63וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז אט די אלע ענינים וואס ארץ ישראל האט מעלות, ביז וואנענט אז מ'זאגט אז דאס איז ”ארץ אשר” לא תחסר א-ל בא וואס פאר א מעלה ס'קען זיין בעולם איז דאס דא אין ארץ ישראל,

64איז אט דאס אבער אלץ ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט 'מחשבה דיבור' ומעשה דאס נעמט נאך ניט דעם עצם הדבר ופנימיות הדבר.

65וואס איז דער עצם פון ארץ ישראל?

66איז דאס דער מסירת-נפש, וואס דאס הייסט מסירת הרצון, ווי געבראכט דער לשון הכתוב ”אין נפשי אל העם הזה” וואס דארט איז דאך דער טייטש אין רצוני אז מ'גיט אפ די אלע רצונות, ניט קוקנדיק וואס דאס האט מעלות, און מעלות אמיתיות,

67וואס תורה זאגט אז דאס איז 'ארץ אשר' דת החסר קול באה איז דאס וואס ער נעמט ארץ ישראל דערפאר וואס דאס איז ”ארץ הקודש”, ”ארץ אשר” ”עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה”.

68און בשעת מ'נעמט די פנימיות און דעם עצם פון א זאך אט דעמאלט איז מען זיכער אז מ'וועט אנהאלטן און מ'וועט ווערן בעה'ס אויף די גילויים און די חיצוניות ווי די ענינים תפלים שבדבר.

69בשעת מ'האלט זיך אן אן די לבושים פון א מענטשן, איז מען ניט זיכער צי מ'האט דעם מענטשן אליין, אפילו אז מ'האלט אן דעם גוף פון דעם מענטשן, איז מען נאך ניט זיכער אז מ'האט דעם מענטשן, ווארום דער עצם ופנימיות פון א מענטשן איז ניט דער גוף זיינע, ניט דער פלייש זיינע, נאר די נשמה זיינע, די רוחניות שבו,

70בשעת אבער ער איז תופס די נשמת האדם, ער וועט אים פארנומען זיין נשמה, זיין פארשטאנד און דעם רגש שבלב, ביז צו זיין רצון ותענוג אט דעמאלט איז זעלבסט-פארשטענדליך אז ער האט אויך דעם 'גוף האדם' און ער האט אויך די לבושי האדם ובנוחסי האדם.

71וואס על דרך ווי דאס איז אין עולם ”קטן זה האדם”, איז דאס אין עולם כפשוטו אין וועלט, ובפרט אין ארץ ישראל, אז דורך דעם וואס מ'נעמט דעם ”עיני ה' אלקיך בה” וואס דאס געפינט זיך אין ארץ ישראל אט דאס גיט א שליטה וממשלה בלעדית, אז דורך דערויף האט מען אויך דעם ארץ פון קודש,

72ביז וואנענט אז מ'האט דעם ”ארץ זבת חלב ודבש”, דעם חלב ודבש שבארץ זו, ביז וואנענט אז מ'האט דער ”ארץ חיטה ושעורה ושאנה וגפן ורימון, ארץ זית שמן ודבש” אט די אלע ענינים ”שנשתבחה בהם ארץ ישראל”.

73ווארום ער האלט דאס פאר דעם עצם ופנימיות דורך דער ”נשמה ולפני רוח” פון ארץ ישראל איז בדרך ממילא מובן ופשוט אז ער האט אלע איבעריקע חלקים,

74וואס זיי זיינען טפל צו דעם עיקר, בדוגמא ווי ביי א מענטשן איז דער גוף טפל על הנשמה.

75וואס מצד דעם פנימיות הענינים, איז דער פנימיות אין דעם ענין פון זאגן שמע ישראל ”ולמסר נפשו בכח”, און דעם ענין פון 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות', און די פנימיות פון ארץ ישראל זיינען די 'כולא חד' דאס איז די זעלבע פנימיות,

76דאס איז די החלטה גמורה מתוך מסירת-נפש, אויף זיין מערניט ווי א ממלא רצון, בורא העולם ומנהיגו, דער רצון פון מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא.

77ביז אין וואס פאר אן אופן איז ער דאס ממלא?

78ער טוט דאס מתוך 'מסירת נפשו' ורצונו, ער ווערט פאר זיך אויס מציאות, דאס איז מערניט א מציאות פון א זאך דורך וועלכע דער אויבערשטער פירט דורך זיין רצון.

79וואס דעם אויבערשטן'ס רצון דריקט זיך אויס אויף כמה וכמה אופנים, סיי דורך דערויף וואס א איד איז ”מקדש שמו ברבים” בכח, ומתוך שמחה וטוב לבב בפועל, צי דער איד איז מקדש תורה ומצוות על ידי 'לימוד התורה' וקיום מצוותי צי דער איד איז מקדש ארץ ישראל ”על ידי קיום מצוות התלויות בארץ”,

80וואס איינע פון זיי איז לדעת כמה פוסקים דער ענין פון ישוב ארץ ישראל.

81וואס וואס מצד די פנימיות הענינים איז דאס אלץ 'כולא חד', כמבואר לעיל, איז דעמאלט איז דאך ניט אזוי נוגע וואס פון דעם פנימיות און שורש ומקור וואקסט זיך פאנאנדער אן אילן גדול וואס ער האט תר-י'ג פרטים, וואס דאס איז די תר-י'ג מצוות,

82וואס אין יעדערער פון זיי איז דא פרטי פרטים, ביז ”ועלמות אין מספר, אלו הלכות” שבתורה וואס זיי זיינען אין מספר, ווי ער טייטשט דאס אפ אין מדרש אויפן פסוק און אין זהר.

83על 'דרך האמור' לעיל, אז דער ענין פון י'ט' כסלו איז ווי דער אלטער רבי האט געזאגט אז דאס איז ניט אן ענין פאר עטלעכע אידן אדער פאר א סאך אידן, אבער פאר א צביבה מסויימה, נאר דאס איז פאר כל ישראל אין עקיד,

84דאס האט א שייכות צו יעדערן לכל אחד ואחת, וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז דער מאסר איז געווען נוגע לכל אחד ואחת, און די גאולה איז גאולת כל אחד ואחת, איז דערפון אויך פארשטאנדיק,

85אז אט דער ענין פון קענען פועל'ן בא זיך אז מ'זאל נעמען די פנימיות ועצם פון די אלע זאכן, פון תורה ומצוות און פון קידוש השם און פון ארץ ישראל איז דאס אויך א זאך וואס יעדערער קען דערצו צוקומען,

86און יעדערער קען דערצו דערגרייכן, און ווערן דערמיט איין זאך, נתעצם ווערן, און וואס נאכמערער ככל עניני עבודת השם און תורה ומצוות, וואס דער ציווי אויף דערויף איז אז דאס דארף זיין מתוך שמחה וטוב לבב, קען מען דאס אויך דורכפירן מתוך שמחה וטוב לבב.

87און אט דעמאלט האט מען אויך אט די הבטחה, אז דעמאלט איז ”וישאבתם לבטח בארצי חבי נתתי שלום בארץ” וואס ווי ער הויבט-אן אט די פרשה,

88אז בחוקותי תלכו און ווי רש"י טייטשט דאס אפ שתהי' עמלים בתורה ווי ער זאגט אין תורת כהנים ואת מצוותי ”תשמרו ועשיתם אותם” איז אט דעמאלט איז דער אויבערשטער מבטיח אז וישבתם לבטח בעציכם ”ונפלא אויביכם לפניכם לחרוב” און אין וואס פאר אן אופן?

89”ונתתי שלום בארץ” און ווי חז"ל טייטשן דאס אפ, אז ”אפילו חרב של שלום” לא תווער בארציכם מיט פטור ווערן פון די משכיפים פון יו און מיט דעם חרב של שלום שבכל ענינים אלו, נאר ס'וועט זיין די בעל-הבתים אידן אף 'ארץ הקודש',

90און וואס דאס וועט ברענגען צו ואהי' ”לכם לאלקים ויטם תהיו לי לעם” ביז אין דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט זיין ווי דער כסיום פרשה זו ”ואולך אתכם קוממיות” לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים