עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

16 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1חודש כסלו, מוצאי שבת קודש ”פרשת ויוצא תשל"ח”.

2מוצאי שבת פרשה ויוצא, וואס בשנה זו איז די קביעות אז דאס קומט אויס ביו"ד כסלו דער יום הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן,

3במלא מקומו ובנו פון דעם אלטן רבי'ן, וואס זיין יום הגאולה קומט אויך אויס אין חודש כסלו, דער ”חודש השלישי” פון חדשי החורף, וואס זיין יום הגאולה איז יו תקס כסלו, וכידוע דער קשר ביניהם,

4סיי מצד דעם סיבת המאסר כפשוטה, עאכו"כ לויט פנימיות הענינים, ובפרט נאך ווי מודגש,

5אז ווי דער אלטער רבי שרייבט בנוגע צו יו תקסלו אז דאס איז געווען בשעה שאמר פון ”פדה בשלום נפשי”, און נאכמער מדגיש איידער ער האט אנגעהויבן דעם פסוק שלאחריו איז דעמאלט איז נתבשר אין דעם ענין הגאולה, וואס אזוי איז אויך אין דער גאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן,

6איז דאך דאס אויך כידוע מסיפורי רבותינו נשיאינו פארבונדן מיט ”פדה בשלום”, וואס דאס איז דאך דער שיעור תהלים חדשי, איינער פון די מזמורים פון שיעור תהלים חדשי פון יום העשירי בחודש,

7און ווי זיי האבן מדגיש געווען די שייכות מיוחדת פון קאולת יו ד כסלו אויך צו דעם ענין פון ”פדה בשלום”.

8וואס לפני זה איז דאך אויך ווערט דאך דער משעת אעפות קודש פרשה ויצא אנגערופן און איז מדגיש די שייכות צו שבת פרשה ויצא, וואס דאס איז בקביעות שנה זו,

9און אלעמאל אזוי ווען מוצאי שבת קודש איז ביו' כסלו איז דאס ב ט' כסלו, וואס דאס איז דער יום ההילולא פון דעם מיטעלן רבי'ן, און אויך דער יום ההולדת שלו,

10וכידוע 'מאמר רז"ל' אז הקב"ה ”ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום”, ווי מ'געפינט דאס בא משה רבינו, ועל דרך זה בא מיטעלן רבי'ן.

11וואס אין די מאמרי רבותינו נשיאינו אויף פרשה ויצא, ובמיוחד אין ספרי רבותינו נשיאינו פון דעם אלטן רבי'ן, און פון דעם מיטעלן רבי'ן, איז דאך דער ערשטער מאמר וואס הויבט זיך אן אין פרשה ויוצא, אין ספר ”תורה אור” ולאחריו אין תורת חיים,

12איז דאך אויפן פסוק פון ”בשבתו בשלום אל בית אבי”, נאר דער מיטעלער רבי איז נאך דערצו מקדים די התחלת הענין בסיפור הכתוב, פון דעם פריערדיקן פסוק ”וידר יעקב נדר לומר”.

13אע' פי וואס אין דעם מאמר שלאחרי זה איז ער מבאר די זעלבע ענינים ווי דעם מיטעלן רבי'ן, און ניט מבאר דעם ענין פון ”וידר יעקב נדר” דעם ענין הנדר, וואס דאס געפינט מען גאר בארוכה אין די מאמרים פון דעם צמח צדק, וואס ער איז דאך געווען דער ממלא מקומו פון דעם מיטעלן רבי'ן,

14און אויך בנות קונו, וכידוע פון בת ”מזריע תחילה יולדת זכר, איש מזריע תחילה יולדת נקבה”, וואס דאס גייט, ווי די חסידים האבן דאס געזאגט בשעת הכתרת פון צמח צדק, אויף דער טאכטער פון דעם אלטן רבי'ן,

15און דערנאך בתמי הזריע ”תחילה יולדת זכר” וואס דאס גייט אויפן צמח צדק, וואס דאס איז דאך געווען פון די טעמים און די הדגשות פון די מאמרים וואס האבן געבראכט די הכתרת פון דעם צמח צדק אלס ממלא מקומו פון דעם מיטעלן רבי'ן, וואס ער איז געווען ממלא מקומו פון דעם אלטן רבי'ן.

16וכמדובר כמה פעמים, אז דאס איז דאך א לשון פון חז זל, ביז א לשון אין הלכה פון ממלא מקומו אז דער ווארט ממלא איז בדיוק, ווי אלע מאמרי חז זל, עאכו' כמה וואס איז פארבונדן אויך מיט פסקי דינים בהלכה, אז ער איז ממלא בכל הנקודות והענינים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions