English
ספרייה
kind
paragraph
order
Tv
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ובפרט על ידי חינוך מתאים, על דרך זה אויך בנוגע דעם זומער וואס הויבט זיך איצטער אן, אדער ס'האט זיך שוין אנגעהויבן בנוגע צו האבן מערער זמן פנוי אויף אנפילן דעם זמן מיט דעם אמת'ן אינהאלט, וואס דאס איז דער נילא אינהאלט פון אידישקייט, ביז נאך מערער, נאך דייטלעכער אויסגעדרוקט, מיט אן אינהאלט פון תורה ומצוותי מיט אהבת השם ויראת השם. און דערצו קומט נאך אויך צו דער לעבן מיט דער פרשה, אז מ'פארנעמט זיך מיט בהעלותך את הנרות פון די אלע שבע קני המנורה, ביז אין אן אופן שתהו שלהבת עולה מאלי', און מיט דעם חלק פון דער פרשה וואס איז פארבונדן מיט דעם טאג, וואס דאס איז יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, ווי אזוי מ'זאל טאן אין די ענינים פון אמת'ן טוב, און מ'האט די סיוע דעם הילף פון דעם טאג, וואס אין צוגאב דערצו וואס ער איז דאך אין חודש דער זיבעצנטער טאג אין חודש, און דער חודש איז ירחא תליתאי איז דאס אויך אין דער וואך דער דריטער טאג, שהוכפל בו כי טוב, און וואס ס'האט דער חלק פון שלישי ביז רביעי אין בהעלותך את הנרות וואס דארטן רעדט זיך וועגן פתח שני, וואס ווי שוין גערעדט מערערע מאל, די אפלערנונג פון פתח שני איז, ווי נשיא דורנו דער רבי דער שווערער האט ערקלערט מערערע מאל, אז יעדער איד דארף וויסן אז ס'איז ניטא קיין פארפאלן, און ווי גערעדט שוין אמאל בארוכה, אז ס'איז ניטא קיין פארפאלן פון זיין גאנצן לעבן, ביז דעם טאג אין וועגן וועלכע ער געפינט זיך איצטער, אפילו אז ער האלט שוין אין דעם לעצטן טאג פון די הונדערט און צוואנציק יאר וואס דער אויבערשטער בענטשט אים אין אריכות ימים ושנים טובות, האט ער דעם גאנצן כח און דעם פולן כח אויף מאכן צוגעבן אין די זאכן וואס ער האט געקענט טאן נאכמערער, און נאך לעבעדיקער,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים