עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-33cpz2z4

kind
paragraph
order
F
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דאס איז דאך א טאג וואס איז פארבונדן מיט ספרים, במילא איז אויך איצטער די צייט נאכאמאל דערמאנען, אז דער ענין פון ספרים איז ווי מבואר אין פוסקים, בפרט פון דעם ראש וכיוצא בזה, און ווי שוין אמאל גערעדט בארוכה, איז דאס פארבונדן מיט דער מצות-עשה מן התורה פון מצות כתיבה פון א ספר-תורה, וואס ס'האט נאך אויך אין זיך די מעלה, מצוה וואס דאס איז די לעצטע, אדערפאר די לעצטע, מצוה פון די תרי'מצוות בספר התורה, וואס אויך דער סדר אין תורה איז דאך אויך בדיוק ובתכלית הדיוק, ובפרט אט די ענינים וואס זיי שטייען גאר בראש אדער גאר בסוף, ובפרט נאך אז ס'איז דאך אויך דא א דעה, אז דאס איז גאר די לעצטע מצוה פון די תרי'מצוות בספר התורה. איז אויך אויסטער, ווי יעדער זאך פארבינדט מען זיך מיט אן ענין של צדקה, אויך אויף מורא זיין און אן ענין של חידוש, קיינמאל ניט געטאן אזא ווי א זאך אויף משתתף זיין זיך דורך געבן א דאלאר צו יעדערן וואס וועט וועלן נאר נעמען, ער זאל דערפון איז נוצן איין דאלער אויף צדקה, כרגיל וכרגיל, און דערנאך דער חידוש שביום זה, פארבונדן מיט אן ענין אדער פון קויפן נייע ספרים אדער פאריכטן אלטע ספרים, אדער געבן דעם דאלער א צווייטן אידן, אז א צווייטער איד זאל איצטנוצן דאס אויף דער מצוה האמורה, וואס כאמור איז לדעת כמה פוסקים אויך בכלל פון דער מצות-עשה מן התורה, און אפילו אז דאס האט א תוקף מערניט ווי פון דברי סופרים, איז דאך דאס אויך חביבין דברי סופרים און חמורים דברי סופרים וכו כמדובר כמה פעמים, ובפרט לאחרונה, ובפרט נאך אז מ'האלט דאך אין א יאר וואס דאס איז א שנת העיבור און א שנה תמימה, מיט די אלע ענינים האמורים
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions