פסקה
פסקה rh-32j83fgt
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-0xwp5ytq
- order
- Ex
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ס'גייט אזוי אן טויזנטער יארן, נאכן טויזנטער יארן אויך פאר מתן תורה. און דאס איז א זאך וואס דאס איז פארבונדן גאר ניט מיט אידן. כאמור, דאס איז פאר מתן תורה, און ס'איז די זעלבע לבנה און דער זעלבער שמש, די זון און לבנה, וואס זעען כל ברועה עולם, אלע באשעפענישן פון דער וועלט, אידן און ניט-אידן, און אויך חי און צומח, און אפילו דומה ווערט דאך אויך באאיינפלוסט פון דער ווארעמקייט אדער דער היץ פון דעם שמש, און אויך פון דעם אור הלבנה, וכמדובר כמה פעמים, אז ווי ס'שטייט בכמה ספרים איז דא דער נגד ירחים, אז ס'איז דא אזוינע צמחים וואס זיי ווערן באאיינפלוסט פון דער השפעה פון דעם אור הלבנה, פון דעם ליכט פון דער לבנה, און ביז וואנענט אז מ'זאגט, אז דאס וואס ס'איז דא אן ענדערונג איז ווי אזוי די חוואלות די גלים פון דעם ים אדער פון א טייך באוועגן זיך הענגט דאס אפ אן דער לבנה און איר השפעה וואס זי האט אויף די מים, דא מתחת אונטן, פונקט ווי זי האט א השפעה ממגד ירחים וכו ווי דערמאנט פריער. און דאס איז אזוי ווי געזאגט איז דאס פאנאנדערגעשפרייט איבער אלע צייטן, פאנאנדערגעשפרייט איבער אלע שטחים-טיילן פון דער וועלט, און פאנאנדערגעטיילט אין אן אופן וואס אנשים ונשים וטף און חי און צומח און דומם, זען דאס און ווערן בא איינפלוסט פון די אלע זאכן. זאגט מען א אידן, אז בשעת ס'איז קומען די צייט פון ספירת העומר, און אט דעמאלט איז האט ער א ציווי און א שליחות פון דעם אויבערשטן ער זאל ציילן אט די טעג, איז אט דעמאלט, דורך אויף דערויף אפ פאראייניקט
- proofread
- 0