transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1ס'איז, כרגיל, בכל התוועדות פון יום ט' כסלו, און ווי דערמאנט אויך פריער, דארף מען דאך אויך מאכן חלוקת הש", וועט מען פאנאנדערטיילן די קארטיסים,
¶2דער וואס וויל, און וויל זיך מצטרף זיין לעתו מצוה וועט ער אנשרייבן דארט שמו ושם אמו, און אויך די מסכתא וואס ער נעמט.
¶3און בפרט נאך כמדובר אין דעם זכות שבדבר, אז וויבאלד אז דאס איז אי אפשר מפני סיבות שונות ומשונות, אז איינער זאל אפלערנען כל השעת כולו במשך שנה אחת, ווער רעדט נאך אפלערנען כדרוש, מיט 'הבנה והשגה' בשלימות, איז דאס א מלאכה ”שאי אפשר לעשותה על ידי” אחד אט דעמאלט איז דער דין אין הלכות שבת,
¶4אז אזוי איז מלאכה שהשוע שנים איז מען פטור, ניט דאס איז אן אופן עשיית המלאכה.
¶5אויב ס'איז אבער אזא מין מלאכה ”שאי אפשר לעשות על ידי” ”אחד ולשוע שנים” זיינען זיי ביידע חיים, פארוואס יעדערער האט געטאן א מלאכה.
¶6על דרך זה, שטייט אין ספרים בנוגע צו חלוקות השס, וויבאלד אז מנהור צוק העיתים ובפרט נאך דער וואס וויל לערנען גמרא מיט אלע מפרשים און מיט אלע דיוקים וכו איז אי אפשר ער זאל זיין נעשית על ידי אחד כל השעת כולו, במילא איז בשעת ער איז זיך משתתף מיט אן אנדער וואס ער איז במצב זה,
¶7און זיי טיילן צווישן זיך פאנאנדער דעם גאנצן שעת איז דאס ווי יעדערער האט אויפגעטאן די גאנצע מלאכה, ער האט געלערנט דעם גאנצן שעת.
¶8וכמדובר אמאל בארוכה בזה, במילא איז בשעת נאך בפרט נאך וואס ס'איז געדרוקט בכמה ספרים, און חזר'ן נאכאמאל די גאנ אויך איז דאך כאן המקום צו זינגען דעם אלטן רבי'ן,
¶9בפרט נאך אז דאס איז פון די פיר פאל במילא איז דאס אויך פארבונדן מיט א ניגון הכנה לפני זה און א מכתב שלאחרי זה, וכמדובר כמה פעמים אין יעדער התוועדות, בפרט נאך ווי דערמאנט פריער וואס דער אלטער רבי שרייבט בקשר אויך צו י' טס כסלו וועגן דעם ענין הצדקה, וועט מען אויך טאן די ביידע ענינים,
¶10מ'וועט געבן יעדערן א שליחות מצוה, ועל ידי הטאנקיסטן, צו א דאלער, אויף אפגעבן דאס אויף צדקה, און אויך יעדערער וואס וויל וועט אויך זיך מתנדב זיין כפי נדבת לבו הטהור,
¶11”ובכל המרבה הרי זה משובח”, און אויך הרוצה וועט אויך אנשרייבן שמו בצירוף שם אמו אויף מיטנעמען דעם צעטל אויפן ציון פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער.
¶12און ויהי רצון, אז די אלע דריי ענינים וואס מ'רעדט וועגן אן ענין אין תורה, און מ'איז אויך ממשיך אין ענינים פון תפילה, ובפרט די תפילה עיקרית, אז דער משיח זאל קומען במהרה בימינו ממש, און אויך אן ענין פון 'פנימיות התורה',
¶13על כל פנים בקיצור, מ'וועט מתחזר'ן פון דעם בעל הגאולה פון נשיאים ממלאי מקומו וועט דאך דאס זיין, און אויך דער ענין הצדקה, כמדובר, וועט דאך זיין דער צירוף פון ”שלשה דברים שעליהם העולם עומד”,
¶14און אין אן אופן אז ס'זאל זיין דער עמידת העולם אין אן אופן פון אויך קיים א קיום אמיתי, וואס דאס וועט דאך דוקא זיין בביאת משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט דאך זיין אין אן אופן אז ס'וועט ניט זיין אין אחרי' גלות, ס'וועט ניט זיין קיינע שינויים, ס'וועט זיין די גאולה, און אין אחרי' גלות ס'בלייבט א גאולה נצחית, א קיום אמיתי.
¶15וואס בהנוגע צו דעם מאמר על כל פנים בקיצור, איז דאך דאס, כמדובר, אויך ווי דערמאנט פון דעם מיטעלן רבי'ן און פון דעם אלטן רבי'ס בריוו פארבונדן מיט ”פדה בשלום נפשי”,
¶16וואס דאס איז געווען יצאת בשלום מהוי' שלום, איז דאך ידוע די אריכות אין שערי תשובה פון דעם מיטעלן רבי'ן, אז ”פדה בשלום נפשו” האט אין זיך כמה וכמה דרגות, ווי פארשטאנדיק אויך אין פשוטם של כתובים האט דאך דאס געזאגט דוד המלך בשעתא ווען ס'איז געווען מלחמת אויף שלום, דערנאך זאגט מען דאס,
¶17אז דער אלטער רבי האט דאס געזאגט טויזנטער יארן לאחרי זה, און דאס האט געבראכט זיין גאולה, און בינתיים, ווי דוד המלך ”נעם זמירות ישראל” האט געבעטן, אז בשעת ס'וועט זיין יעיל רצון אמרי פי בשעת א איד זאגט אין שיעור תהלים פון יום העשירי, די תהלים איז פאנאנדערגעטיילט אויף ימי החודש,
¶18אט דעם שיעור תהלים פון יום השלישי ווי ס'איז געווען ביום ט' כתבו בפעם הראשונה, ווי אן אנדער געציילט אין לויט ימי השבוע זאגט מען דאך דעם פסוק פון ”פדה בשלום” און אויף דערויף האט דוד געבעטן און אויסגעבעטן אז ס'זאל זיין דער ”יהיו לרצון אמרי פי” און ס'איז דאך פארשטאנדיק דער חילוק הדרגות,
¶19ווי ס'איז געווען דעמאלט בזמן דוד המלך און ס'איז געווען די מלחמה פון א אידן אנטק און דער איד איז גאר געווען בנו אף שלום ביז ווי דערנאך איז געווען ווען אידן האבן געזאגט ”פדה בשלום נפשי” ביז ווי ס'איז געווען ביים אלטן רבי'ן אז מ'האט זיך געדארפט דעמאלט ”פדה בשלום” נפשי פון די גזירת המלכות הרשעה ווי ס'איז דעמאלט געווען.
¶20און דא איז ער מאריך אויך אין ספרו שערי תשובה די דרגות ווי דאס איז אין 'עבודת האדם' עצמו.
¶21דאס איז דאך ענינים וחילוקים מצד דער צרה מצד די בדיעה ווי דאס איז פון עניני העולם, דערנאך איז דאך אבער דא ווי דאס איז אין 'עבודת האדם' עצמו, בכלל ווי ער הויבט אן דעם מאמר איז ”פדה בשלום נפשו” גייט דאס אויף די 'נפש הבהמית', וואס זי דארף אנקומען צו א בדיעה,
¶22דערנאך איז דא אויך וויבאלד אז די נפש אלקית געפינט זיך בגוף און געפינט זיך צוזאמען מיט 'נפש הבהמית' דארף זיי אויך אנקומען צו אן ענין של בדיעה.
¶23דערנאך איז דא ”אין נפש אלקית עצמה”, ביז ווי א בדיעה וועט זיין בשלום, און שלימות אין שלום, ביז וואנענט אז ”ברבים היו עמדי” ווי ער איז מסיים בסוף המאמר אז דאס גייט אויף יחידו שבנפש,
¶24וואס דארט איז ”יחידה לייחדך” און ס'איז אינגאנצן ניטא דער גאנצער ענין המנגד והמלחם וכו מערניט וואס הי' עמדי ס'איז איין זאך מיט יחידו שבנפש, ועל דרך זה מיט יחידו שבנפש בכלל ישראל, וואס דאס איז מלכא משיחא, וואס דאס וועט זיין בגאולה האמיתית והשלימה בביאת משיח צדקנו,
¶25און אין דער תקופה עצמה, נוסף ווי ס'וועט זיין אין תחילת התקופה, וואס אויף דערויף זאגט מען דאך אז ס'איז ניטא דער עולם ניט ”בטל ממנהגו של עולם”, וואס דאס איז דאך די ערשטע תקופה אין תקופת ימי המשיח,
¶26ווי דער רמב"ם ברענגט אראפ די הלכה פון דעם דעת האמורים, אז אין ”בימות המשיח לעולם” הזה ”אלא שיעבוד מלכיות בלבד”,
¶27און דערנאך וועט צוקומען דער ענין פון ורבים היו עמדים מתחי' שבנפש ”ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ” מיט די גאנצע הפלאה, ווי דער רמב אמ דם אליין ברענגט דאס, אז ”והיתה להוי' המלוכה” און דאס וועט אזוי זיין אפילו ביי אומות העולם, על אחת כמה וכמה ווי ס'וועט זיין ביי אידן, ביז וואנענט אז אידן וועלן זיין פנויים מכל העסקים,
¶28און אפילו באי עולם וועלן אויך זיין פארנומען מדעת הבורא און ”מלאה הארץ דעה את הוי” על אחת כמה וכמה ביי אידן וואס ס'וועט זיין אין ”מלאה הארץ דעה את הוי כמים לא ים מכסים” און דערנאך זאגט מען, אז התורה איז ”כללות ופרטית נמרא”,
¶29און פונקט אזוי ווי דאס איז דא אין כללות סדר הדורות פון אידן, איז דא די דרגא ווי ס'איז געווען 'בימי דוד' המלך, דערנאך איז געווען די דרגא ווי אידן האבן געזאגט ”פדה בשלום נפשי” אין די ימים און די דורות שלאחרי זה, ווי ס'וועט זיין דער 'תכלית השלימות' אין ”פדה בשלום” נפשי בביאת משיח צדקנו, ובשלימות פון משיח צדקנו.
¶30על דרך זה איז דאס אויך אין ”עבודת האדם בכל” אחד ואחת, אין זיין גאולה פרטית, ווי ער זאגט אין אגרת הקודש, אז מ'גייט מל הקל אל הכבוד, און מ'גייט ”צעד אחר צעד”, לאט לאט אגרשינה,
¶31הויבט מען אן מיט די עבודה פון סוהו ”מרע ועשה טוב ובקש שלום” כפשוטו, וואס דאס איז ווי די התחלה פון דעם דרוש אז ס'איז דא א 'נפש הבהמית', און מ'דארף איר ארויסנעמען פון דעם מעמד ומצב אין וועלכע ס'געפינען, און דערנאך הויבט ער אן הארעווען מיט 'נפש האלקית', ביז וואנענט ער דערגרייכט אין תפילת העמידה, וואס דעמאלט איז ער אין אן אופן פון יחידה ויחדה.
¶32און ויהי רצון, על ידי ההתחזקות וההשתדלות, ביז כדבעי למיעבד, אין דער הצלה וגאולה פרצית ”של כל אחד ואחד”,
¶33וואס אויף דערויף זאגט מען אויך ”פדה בשלום” און דאס איז ”בכל יום ויום בשעת התפילה”, ווי דער אלטער רבי איז מבאר בארוכה אין אגרת הקודש זאל דאס אראפקומען ו”הוא העיקר אין” דער גאולה האמיתית והשלימה פון 'כלל ישראל', ו”כל אחד ואחת מישראל”, אז כל גדול 'לשון יחיד', ביז אין אופן פון יחידה, יבואו הנה בעגלא דידן ממש.
¶34לחיים.