Paragraph
Paragraph rh-2w1hc4wb
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3pmnq2mg
- order
- H
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","edited":true}- content
- בכל אחד ואחד, וואס ער איז דאך זיכער פארבונדן מיט חמשה עשר באב, במילא איז ער אויך פארבונדן מיט כל המוסיף מוסיפין לו, במילא איז ער אויך פארבונדן מיט אז דער אויבערשטער איז אים מוסיף חיים על חייו איז דאך אויך דא היא חיינו ואורך ימינו דער ענין ווי דאס איז פארבונדן מיט לימוד התורה, וואס היא חיינו ואורך ימינו, וגדול לימוד די גדות פון לימוד פון תורה איז דאך די מסקנא לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא די החלטות בנוגע צו הידור אין קיום המצוות בכלל, אנהויבנדיק פון מצות צדקה, להוסיף אויך בזה. און פארבינדן דאס אויך מיט אן ענין, בשעת דער התוועדות גופא די החלטה בזה, בלב כל אחד ואחת אויך פארבונדן מיט אן ענין של ניגון של שמחה בכלל, אנהויבנדיק פון דעם ניגון של שמחה פון דעם מיטעלן רבי'ן, וואס מ'זינגט אים בהמשך צו דעם ניגון פון דעם אלטן רבי'ן, על ידי ההקדמה הידועה די הקדמה צו דעם ניגון פון דעם אלטן רבי'ן, פון די ד'פאלן, בדוגמא פון די ד' כתות, ווי דערמאנט פריער, ד' סוגים, פון בנות ישראל, וואס זיי זיינען דאך בדוגמא פון א כלה לחתן וואס דאס איז הקב"ה, כמבואר בארוכה ומובן וגם פשוט פון דעם ענין אין דעם סיום המסכתא, און אויך דאס דערנאך אראפברענגען, ווי דערמאנט פריער, אין החלטות טובות בנוגע צו הידור במצוות, בפרט אין מצוות שהזמן גרמא, אין חודש אלול בנוגע צו ענינים פון אלול, דערנאך די הכנות אויך צו חודש תשרי, [כולל אויך הכנות צו קודש תשרי,?] און אין חודש תשרי ס'איז דאך דא א ריבוי ענינים, על דרך זה במשך כל השנה, איז כל חודש וחודש האט דאך זיך זיין צירוף און זיין עבודה מיוחדת און זיין מזל מיוחד און זיין שבט מיוחד וכו' וכו,' און דערנאך אויך מסיים זיין מיטן ניגון הידוע, בדוגמא פון דעם סיום פון דער מסכתא, שיבנה בית המקדש במהרה בימינו,
- proofread
- 0