transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז מענין לענין, דאס איז אבער באותו ענין בשעת ס'רעדט זיך וועגן דעם ענין פון מבצע תורה, הכנסת ספר-תורה וואס איז פארבונדן מיט סיום ספר-תורה, פארבונדן מיט כתיבת ספר-תורה, איז דאך דער ענין פון א ספר-תורה איז דאך ווי ער זאגט אין מדרש, אז ”מחשבתם של ישראל קדמה לכל דבר” און די ראי' אויף דערויף איז פון תורה עצמה,
¶2אז מ'זאגט יעדער ענין אין תורה ”דבר אל בני ישראל” וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט די אלע מבצעים וועגן וועלכע מ'האט דערמאנט פריער, און וואס דער זכרון איז דאך זיכער מספיק זיין אויף מעורר זיין און מעודד זיין, אז מ'זאל נאכמער מוסיף זיין במעשה בפועל בכל מבצעים אלו.
¶3ובמיוחד אין אן ענין שהזמן גרמא, וואס דאס איז דער מבצע ההכנה צו יט' כסלו, אז ס'זאל זיין טאן אין הפצת המעינות חוצה בתוככי הפצת כל עניני יהדות, ביז אז דאס זאל דערגרייכן חוצה.
¶4און טאן אויך גרייטן זיך און דערנאך טאן גלייך בפועל בהנוגע צו מבצע חנוכה, וואס דאס איז כינוך לנער ווי דערמאנט פריער, וואס יעדער איד איז דאך אין אן אופן וואס ”יזהו חכם הלומד מכל אדם”,
¶5במילא אט דעם ענין וואס ער האט נאך ניט געלערנט איז ער נאך אין אן אופן פון נער און מ'דארף אים אין דערויף מחנך זיין, ווארום ער איז נאך א קטן, על אחת כמה וכמה אין אן ענין פון מבצע חנוכה.
¶6וכמדובר בארוכה כמה פעמים, אז דאס דארף מען טאן בכל ההיכף, און מיט דער גאנצער שלימות בהנוגע ל”כל אחד ואחת מישראל”,
¶7ווארום אףיהם ביתו הנס על אחת כמה וכמה אט די וואס נועטיקן זיך אין דערויף במיוחד די וואס געפינען זיך אין בית האסורים אדער אין בית הרופאים, ווי דער עולם רופט דאס אן אין בית החולים אט די וואס געפינען זיך אין בתי זקנים מצד חלישה שלהם דארפן זיי אנקומען צו אן עזר פון א צווייטן,
¶8על אחת כמה וכמה צו אט די וואס זיי זיינען מגין על שלימות הארץ כפשוטה, וואס דערמיט איז אויך פארבונדן שלימות הארץ ברוחניות, וואס דערמיט איז אויך פארבונדן שלימות העם,
¶9וואס דערמיט איז אויך פארבונדן שלימות התורה אט די וואס האבן זוכה געווען און זיינען מגינים בגופן בפשטות על גבולי הארץ און היטן אפ, אז ס'זאל ניט זיין חס ושלום נכה ”הארץ לכבוש לפניהם” וואס דאס איז דאך דער דין אפילו אין א הרדעה בבבל,
¶10ווי די גמרא זאגט אין עירובין, וואס דאס איז דאך א דוגמא אויף יעדער ארט וואו אידן געפינען זיך, לאזט מען ניט צו קיין פעולה אין וועלכע ס'קען זיין עפעס-וואס חשש, ווארום דאס איז אן ענין פון פיקוח נפשות, אנכה השכונה אדער העיר לכבוש לפניהם, אפילו ווען דאס רעדט זיך אין א הרדעה בבבל.
¶11על אחת כמה וכמה אין ”ארץ אשר” ”תמיד עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה” איז דאך דאס לייכטער דורכצופירן, וואס דערפאר איז אויך גרעסערע בלבולים בזה, אויף שטערן חס ושלום בזה,
¶12וואס ס'איז אבער עוצו אותה ותופר און דברו דבר ”ולא יקום” דערפאר וואס 'כי עמנו אל' ”תפולו עליהם אין מצב ופחד בגדול זרועך אידמו” כעביד.
¶13און די וואס טוען דאס בגופם ובפשטות די אידן וואס געפינען זיך בא צבא, באיזה דרגא שתהי איז דאך בפשטות, אז בא זיי דארף זיין דער ענין פון צינדן און ליכטיק מאכן ”נר מצוה ותורה אור” און אין אן אופן פון מוסיף והולך בכל יום ויום,
¶14ווארום יעדערער פון זיי איז המנהג פשוט, אז ער איז א מהדר מין המהדרין פונקט אזוי ווי יעדער איד איז א מהדרין מן המהדרין ואדרבא, זיי טוען דאס אנהויבנדיק פון גופם ממש,
¶15און דורך די הכנות צו דעם מבצע חנוכה איז יהי רצון, אז מ'זאל זוכה זיין בקרוב ממש צו חנוכת בית המקדש השלישי על ידי משיח צדקנו, ובקרוב ממש, ומתוך מנוחה שמחה וטוב לבב.
¶16לחיים.