עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-2v5pc6mc

kind
paragraph
order
PW
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ניט קיין חוק ס'איז אן ענין פון תורה, איז יום טוב פון כולה קדושה. און דערנאך קומט מען צו חג האסיף און חג הסוכות אין וועלכן מ'געפינט זיך איצטער, און מ'איז גלייך מדגיש, אז דאס וואס מ'געפינט זיך אין איין טאג פון ימי חול המועד איז דאך לכאורה גלייך צו דעם טאג שלפני זה, וואס ער איז געווען גלייך צו דעם טאג שלפניו, נאר וואס דען? ס'איז געווען א הוספה פון א פנים חדשות, אבער דער פנים חדשות איז דאך על דרך ווי מ'זאגט דאס בהנוגע צו שמחת נישואין, איז גענוג אז ס'בלייבן אלע מענטשן ווי זיי זיינען, מיט זייערע פנים מער פון פריער, נאר ס'קומט צו איין און איינציקער אורח, איז דאס גענוג אז בא זיי אלעמען זאל דאס פועל זיין א שינוי, משא-כן אין הושענא רבה זאגט מען אויך די אלע הושענות פון די ימים שלפני זה, אף על פי כן איז דאך דער ציון און די התחלה די זעלבע פון די ימים שלפני זה, משא'כ אז ס'קומט צו שמיני עצרת, איז אט דעמאלט ווערט די התפילה און דער נוסח פון יום-טוב, און ס'ווערט נאך מערער די אלע ימים שלפני זה, איז ווי זיי זענען געווען לפני זה איז דאס געווען ניט אין אן אופן פון עצרת וקליטה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions