English
ספרייה
kind
paragraph
order
I5
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
כיפורים. און דאס איז אויך דער סך הכל על דרך ווי דערמאנט כמה פעמים, אז דאס גופא וואס מ'פארבינדט גאנצע עשרת ימי תשובה, סיי מיט ראש השנה און מיט יום הכיפורים, איז דערפון גופא פארשטאנדיק, אז די אלע עשר ימים, אפילו דער שבת שביניהם, וואס לכאורה איז דאך א שבת למעלה מכל הענינים פון כל ימות השבוע שלו, האט דאס אבער אויך אין זיך אן ענין וואס דער שבת האט אין זיך וואס ער נעמט פון ראש-השנה, און דאס איז אין אים מוסיף, און ער נעמט פון יום הכיפורים, און דאס איז אין אים מוסיף. עד כדי כך, אז אפילו מיט יום הכיפורים שכליות בשבת על דרך ווי די קביעות פון שנה זו, איז דאך אויך דא, נוסף אויף די ענינים פון יום הכיפורים, טייט מען אויס ענינים פון שבת בפני עצמם, סיי אין דער נוסח הברכות און סיי אין נוסח פון כל הענינים השייכים צו יום הכיפורים.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים