Paragraph
Paragraph rh-2q9rqacr
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jsnfk3cq
- order
- G
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","checked":true}- content
- און די אלע זאכן שטייען בהדגשה, ווען אין דער פרשת השבוע, וכנזכר לעיל, הויבט מען אן לייענען פרשה פון בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ, וואס עס איז דאך מרבה כל צבאים, צבא השמים וצבא הארץ, און ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז פונקט אזוי ווי מ'זאגט אויפן בורא עולם, אז אסתכל באורייתא וברא עלמא, און דערויף זאגט ער אין זהר, אזוי אויך ברנש א איד, אז ער לערנט אין תורה, קומט ביי אים צו אין זיין חלקו בעולם, בגשמיות, עאכו"כ אז ס'קומט-צו אין זיין חלקו בעולם ברוחניות, עאכו"כ אין רוחניות שברוחניות פון זיין חלקו בעולם, וואס דאס איז די הבנה אין לימוד התורה, און די הצלחה אין לימוד התורה, און אויך גדול לימוד שמביא לידי מעשה הצלחה אין קיום המצוות, ביז אין אן אופן כמצות הרצונך, עד כמה ווי דאס איז אפשר אין זמן הגלות. וואס דאס אלץ ווערט דאך אויך א הכנה קרוב און היידט צו דעם אמת'ן און די שלימות'דיקן אז נעשה לפניך כמצות רצונך בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. וואס במיוחד ווערט דאך דאס דורך דעם לימוד התורה, נגלה און חסידות גם יחד, וואס נגלה לגבי פנימיות התורה, אדער לגבי חסידות, איז דאס בדוגמא ווי שמים וארץ, ביז ווי דאס איז פארשטאנדיק בפשטות, אז פנימיות התורה איז דאך עוסק אין עניני שמים, און דאס איז עיקר העוסק שלה, בנוגע צו לימוד הספירות און לימוד פון רוחניות התורה ומצוותי',
- proofread
- 1