transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1דאס אדיו האסט בן רעסטאורד ביי דזשעם.
¶2כמדובר כמה פעמים, ווי דער אלטער רבי האבן ממסדרה געווען זיינע אגרות, אז די אגרת הראשונה איז גלייך די ראשון שבראשון די פתיחה עירה איז פון ”פותחין בברכה”, וואס דערפאר איז דאך אויך מיישר און פרענגט אראפ אויך בפועל, אז ווען אידן קלייבן זיך צוזאמען איז ”פותחין בברכה”.
¶3ועד כדי כך, אז אפילו ווען אידן טרעפן זיך אין א ”רשות הרבים באיזה” אופן שיהי איז דאך דער ”מנהג ישראל”, אז מ'הויבט אן מיטן זאגן שלום עליכם און אויך דעם מיבן ווען מ'זאגט דאס,
¶4איז פועל"ט אזוי ווי ס'איז ”פותחין בברכה” אזוי האט דאך דערנאך אויך די שייכות הפתיחה מיטן סיום, איז ער אויך מסיים די התחלת השיחה שביניהם אויך מיטן ענין פון שלום.
¶5און מ'זאגט אים שלום עליכם ענטפערט ער גלייך 'עליכם שלום'.
¶6וואס דאס איז דאך על דרך הצייכות פלעגט מען דאך זאגן, אז א איד וויל אלעמאל עפעס אויפטאן, וואס דאס איז דאך געווען תכלית הבריאה שלו, ער זאל ווערן א שותה במעשה בראשית, כביכול אויפטאן אין מעשה בראשית.
¶7אף על פי וואס ס'איז געווען ”טוב מאוד” מצד די בריאה פון דעם אויבערשטן, איז מען דאך גלייך מסיים ”ברא אלקים לעשות” און ווי ער טייטשט אפ אין מדרש רבה, אז לעשות איז דאס פארבונדן מיט לתקן,
¶8און ווי ער איז מאריך דארט בארוכה מכמה דוגמאות אין מדרש.
¶9וואס אזוי איז אויך, בשעת צוויי אידן טראפן זיך צוזאמען, איז אט דעמאלט איז ”פותחין בברכה” מיטן ווארט שלום וואס שלום איז דאך כללות כל הברכות,
¶10אז אויב 'שלום כאן' איז 'הכל כאן', ווי רש"י זאגט דאס בפירושו על התורה, וואס דערפון איז דאך דאס פארא ראי' אז דאס איז פארשטאנדיק בהבנה, אפילו פון א ”בן חמש למקרא”,
¶11און אויך נעוץ ראשם בסופן וסופן בתחילתן, ”תחילתן בסופן וסופן” בתחילתן איז דער איד, ניט נאר דער ענין וואס ער דארף אויפטאן א חידיש ניט מערניט ווי איבער'חזר'ן דאס וואס דער צווייטער האט אים געזאגט, אז ער איז דאס אויך מאשר,
¶12נאר ער איז מאשר און איז נאך מוסיף בזה, אז נאך דערויף ווי ס'איז דא עליכם 'לשון רבים', קען אויך זיין דער ענין פון שלום וואס קומט לאחרי עליכם, איז דעמאלט איז דאך דער חידוש גדול יותר, בשעת ס'איז דא שלום, איידער ס'איז דא דער חלוקה לרבים,
¶13איז דעמאלט איז טאקע אן ענין, און אויך א פתיחה, און ס'איז כולל כל הברכות, דערנאך זאגט מען אבער, אז דאס איז עליהם 'לשון רבים' בשעת ס'איז שוין דא א רבים גיט דאך דאס א מקור אויך אויף א פירוד,
¶14על כל פנים אויף א התחלקות, איז ער גלייך מחדש דער צווייטער איד, ניט נאר וואס ער חזר"ט איבער און מאשר וואס דער ערשטער האט אים געזאגט, וואס דעמאלט ווערט דאך דאס ע'פי שנים ”עדים יקום דבר” באקומט דאך דאס א חיזוק הכי גדול,
¶15בפרט נאך אז ”מיעוט רבים שנים” איז דאס כובל שוין אויך א רבים, איז ער אויך נאך מוסיף א חידוש, ניט נאר וואס ער זאגט פארקערט, נאר דער פארקערט זיינער איז-אז ער מאכט דאס מיט א סדר 'מלמטה למעלה', בשעת מ'זאגט שלום עליכם איז ער דאס א סדר 'מלמעלה למטה', אז דאס איז שמו של הקב"ה,
¶16און מ'איז דאס ממשיך אז דאס זאל זיין עליכם למטה, וואו ס'איז דא עלמא דפרודה, דערנאך זאגט ער א סדר הפוך 'מלמטה למעלה', אז בשעת מ'הויבט אן מלמטה, וואס דארט איז דאך הלכר 'לשון רבים', איז קומט מען און מ'נוצט אויס דעם מטה, אז דעמאלט זאל זיין נאך דער שלום בתוקף הכי גדול,
¶17בלשון הידוע פון ”יתרון האור מתוך החושך”, והיתרון החכמה מתוך הסכלות מיט נאך כמה דוגמאות בדבר, ביז ווי דער ענין בפשטות איז,
¶18אז בשעת מ'איז אומר אדער א רב ותלמידו, וואס דעמאלט איז דאך א דין בהנוגע צו אן ענין אין סנהדרין, אז רב ותלמידו, אדער כמה תלמידים שלו, ווערן זיי גערעכנט ווי איינער,
¶19און דא איז זאגט מען עליכם 'לשון רבים', איז קומט ער און נוצט אויס דעם ריבוי שלהם, אז ס'זאל זיין דעמאלט דוקא ”ביתר שאת וביתר עוז” דער ענין השלום.
¶20וואס דערפאר איז דאך אויך שלום דער אפטייטש פון מילתן שלימות, וואס דאס איז דאך פארבונדן גלייך בתחילתו, ווי געזאגט פריער, אז אויב 'שלום כאן' קומט מלמעלה האט מען שוין די הבטחה, אז דערנאך וועט זיין 'הכל כאן' און דערנאך קומט דאס ארויס אויך בפועל ובגלוי, אז ס'איז דא די התחלה פון עליכם,
¶21און פון דעם עליכם ווערט א שלום ”ביתר שאת וביתר עוז”, אף על פי וואס בשאר ענינים קען זיין אז ”אין דעותיהן שוות”, און ניט נאר עס קען זיין, עס דארף אזוי זיין ”אין דעותיהן שוות”,
¶22ווי דערמאנט פריער, אז אויב ס'איז א רבי תלמידו וואס דעת התלמיד אויב ער איז א ריכטיקער תלמיד איז דאך דאס אן אפשפיגלונג פון דעת הרב ווען ווערט ער משלים דעם ענין פון בית דין אדער דער מנין פון סנהדרין ביז צו סנהדרין גדולה ווען דאס איז א דעה בפני עצמה,
¶23אבער אין דעם ענין קומען זיי לידי החלטה אחת, ווי דער ענין איז געווען בפשטות ארויסטראגן א דין ”אחרי רבים להטיב”.
¶24וואס על דרך זה איז אויך בהנוגע ווען אידן קלייבן זיך צוזאמען, וואס אידן זיינען דאך באשאפן געווארן אין אזא אופן, אז אין זיי זאל זיך אפשפיגלען די גאנצע וועלט,
¶25וואס דערפאר קען זיין, אז ”בשבילם נברא העולם” וואס איז א שייכות צווישן א גוי אחד מיט אן עולם וואס ענינו איז גאר דער היפך פון אחד דוקא רבו מעשיך מיט א ריבוי הכי גדול, איז דאך דאס דערפאר וואס אין פנימיות און דער תכלית פון כל הענינים און דער רצון כל הענינים,
¶26וואס אחרי הרצון גייט דאך דער גאנצער ענין, כידוע די תורת הבעל שם טוב גענומען פון הלכות עירובין, כמדובר כמה פעמים-אט דעמאלט קומט ארויס בפועל, אז ס'זאל זיין דער ”שלום אמיתי, אפילו” אז מ'וועט דערנאך וועלן צוקומען כמה וכמה,
¶27וכאמור אז אידן דארפן זיין לחולק ”לעשר סוגיא, כדי” זיי זאלן קענען אויפטאן אין וועלט איז ניט מספיק, וואס זיי זיינען שתמים פון ”אחד הי' אברהם”,
¶28וואס ער האט שוין אויך אויפגעטאן אין וועלט, האט ער אבער אויך אויפגעטאן אין וועלט בכמה אופנים, דורך ויקרא שם הוי'א-ל עולם דורך ויקרא וואס בפשטות איז דאך דאס איז 'לימוד התורה', ווי דער רמב"ם ברענגט אראפ אין תחילת ספרו,
¶29אז אברהם האט זיך דערמיט פארנומען, ער האט אויפגעטאן דורך אן ענין הפכי, פון 'לימוד התורה', וואס דאס איז דער ענין פון אכילה און שתי' גשמיות הכנסת אורחים צו ערביים,
¶30בשעת זיי זיינען נאך משתחוה לאבק שעל גבי רגליהם, און די אכילה און שתי' וואס ער גיט זיי ווערט דאס ”דם ובשר כבשרם” פון אן ערבי וואס ער איז משתחוה ”לאבק שעל גבי רגליו”, ניט סתם עבודה זרה,
¶31נאר עבודה זרה הכי תחתונה שאין תחתון למטה הימנו, וואס דאס איז דאך די רגליים, און נאך נידעריקער ”אבק של גבי רגליו” ניט א דבר ממשי ”של גבי רגליו” מערניט ווי אבק, און צו דערצו איז ער זיך משתחרש, און גיט זיי עסן, און בשעת דעם עסן ווערט דאס ”דם ובשר כבשרה”,
¶32און ערשט דערנאך, נאך דעם עסן זאגט ער אין מדרש, האט ער זיי דעמאלט געזאגט 'ברכו למי שאכלת מי' שלו ערשט דערנאך האט זיך אנגעהויבן די ארבעטן מיט זיי, אז זיי זאלן דערקענען אז אלקי עולם ניט העולם, נאר אלקי עולם, אז די גאנצע וועלט איז כמציאות ניט פאר זיך, נאר ממנו ”נמצאו כל הנמצאים”.
¶33און ער איז דער איינציקער פון אמיתית המציאות, כמדובר בארוכה כמה פעמים.
¶34וואס דאס איז אויך שוין געווען ביי אברהם און ווי ער איז געווען ”אחד היה אברהם”, אבער כאמור האט ער שוין כולל געווען בא זיך די וואס דערנאך ווערן זיי מרי עובדין טבין צוזאמען דערמיט וואס ווערן מרי אורייתא, תלמידי-חכמים,
¶35וואס דאס איז דאך דער כללות החילוק פון אידן אויף ישכר וזבולן אויף ”תמכון דאורייתא” און 'לומדי התורה', ובפרטיות יותר ווי אידן ווערן פאנאנדערגעטיילט, פון ”ראשיכם שבטיכם” ביז ”חוטב עציך” ”ושואב מימיך”,
¶36אף על פי וואס מ'זאגט אז נצבים כולכם און דער אלטער רבי טייטשט דאס אפ ”לאחדים כאחד” דארף אבער אויך זיין די התחלקות, ווארום מ'דארף מברר זיין און מזכך זיין און מלא זיין די גאנצע וועלט, ביז וואנענט דאס וועט ניט בלייבן קיין איין נקודה אין וועלט אין וועלכע ס'זאל ניט זיין ניכר,
¶37ביז אין אן אופן גלוי פון ”ונגלה כבוד הוי” וואס דערפאר דארף מען האבן אט די וואס פארנעמען זיך מיטן ראש פון וועלט, דערפאר וואס זיי זיינען ראשיכם פון אידן, און די וואס פארנעמען זיך מיטן מים פון וועלט דערפאר וואס זיי זיינען צווישן אידן די ”שואב מימיך”.
¶38אף על פי וואס יעדערער פון זיי איז מחוייב, אין תורה אחת לכולנה דארף מען דאך מקיים זיין אלע מצוות, קום 'קבלת עול' מלכותו, על אחת כמה וכמה ”ותלמוד תורה כנגד כולם”,
¶39און דערנאך על אחת כמה וכמה מצות צדקה, וואס איש כולו כנגד כל המצוות, ביחד עם זה איז דאך דא דער עיקר עבודה ”של כל אחד ואחד”, ביז וואנענט אז דאס איז דוחה כל שאר עניניו שלו, דערפאר וואס דאס איז די מצוה דער וזהיר דוטפי אדער בלשון ההלכה,
¶40אז דאס איז די ”מצוה, שי אפשר לעשותך על ידי” החורי, דערפאר וואס דאס איז זיין מצוה, אף על פי וואס צו דער מצוה דארף ער אויך מקיים-זיין נאך תר-י' ב' מצוות,
¶41ווארום דער תכלית העבודה, אף על פי וואס זי הויבט זיך אן מיט א כללות'דיקע עבודה, ער איז מקבל אויף זיך אלע תר' י' ג' מצוות, דארף מען דאך אבער האבן עבודה בפועל, מוז דאס אראפקומען דוקא אין עבודה פרטית,
¶42כמבואר בארוכה אין די דרושים פון דעם בעל הגאולה, פון דעם מיטעלן רבי'ן, בא זיי איז יעדער עבודה, ווען ווערט זי אנגערופן בשם עבודה בשלימותה ווען זי איז דאך נוסף
¶43וואס ער האט די התחלת העבודה מיט א 'קבלת עול' בשלימותה דארף דאס דערנאך אראפקומען אין אלע פרטים אין פרטי העבודה, און אט דעמאלט איז דאס זיך מתאחד און דאס ברענגט אריין שלימות אין תחילת העבודה, אין ראש העבודה, נאך א גרעסערע שלימות ווי ס'איז געווען בתחילת העבודה,
¶44וואס דעמאלט האט ער אויף זיך מקבל געווען די החלטה אז ער וועט מקיים זיין כל עבודה ”מתחילתה ועד סופה”, אבער בפועל איז דאס נאך ניט געווען, און ”המעשה הוא העיקר”
¶45בשעת ער איז מסיים די עבודה לכל פרטי און אט דעמאלט איז ער דאס מסיים אין אן אופן אז דאס קוקט ארויף און ס'איז ניכר אין יעדער פרט העבודה די 'קבלת עול' פון התחלת העבודה
¶46אדער בסגנון אחר דער רצון אמיתי און רצון כללי אויף ”לעשות רצון קונו” אט דעמאלט ווערט דאס דער נעוץ סופן בתחילתן פונקט אזוי ווי פריער איז געווען דער ”נעוץ תחילתן בסופן” דא איז אבער צוגעקומען די שלימות, אז מ'האט שוין דעם גאנצן ענין, פון תחילה ביז סוף, משא"כ ווי ס'איז געווען מערניט ווי תחילת הענין.
¶47וואס דאס איז דאך אויך דער כללות הענין, אז אף על פי וואס ”האבות הן הן המרכבה על” אחת כמה וכמה אחד הי' אברהם האט ער געבעטן, און ביז וואנענט ער האט געזאגט אויף דערויף דברים קשיר, אז ”מה תתון לי ואנכי הולך” אז ס'וועט ניט זיין אט די וואס וועלן אראפברענגען כל עניניו אין א פרטיות,
¶48האט ער געמאנט בא דעם אויבערשטן מיט א הארטן לשון ”מה תתן לי” אלע זאכן וואס דער אויבערשטער קען אים געבן איז ניט 'תופס מקום', ביז אז ער רופט דאס אן בשם א היפך המציאות לגמרי, ביטול לגמרי, און זאגט דערביי, אז ס'וועט טאקע זיין תתן לי וואס ”כל הנותן בעין יפה נותן”,
¶49ובפרט נאך אז דער לשון לי איז דאך ווי ס'שטייט אין מדרש, און דער אלטער רבי איז דאס מבאר בארוכה אין לקוטי תורה, על ”כל מקום שנאמר” לי איז דאס קיים לעולם,
¶50און אף על פי כן זאגט אברהם דעם אויבערשטן, און ס'ווערט פארשריבן אין תורה שבכתב אלס א הוראה נצחית, אז ס'מוז אראפקומען אין קינדער און קינדס-קינדער און אין אלע פרטים ופרטי פרטים, וואס כללותם איז די עשר סוגים האמורים, ווי דערמאנט פריער.
¶51וואס דאס איז, כאמור, אויך די נקודה פון די דרושים פון דעם בעל הגאולה, אז יעדער ענין הכי גדול ביותר איז דער שלימות העבודה און תכלית העבודה, און נאכמערער ענין העבודה באשטייט אין דערויף אז דאס מוז אראפקומען ביז אין פרטים ופרטי פרטים.
¶52וואס דאס איז אויך דער ענין בשעת אידן קלייבן זיך צוזאמען, און על אחת כמה וכמה אז ס'קלייבט זיך צוזאמען אין בית הכנסת 'לשון יחיד' און בית המדרש 'לשון יחיד', ביז וואנענט אז על פי דין איז דער בית איז דאך מאחד ומצרף די אלע וואס געפינען זיך בתוך הבית,
¶53סתם בית, אפילו בית חול, על אחת כמה וכמה על בית הכנסת ובית המדרש.
¶54דארף מען אבער אויך האבן די מעלה, אז ס'זאל זיין עליכם 'לשון רבים', אדער בלשון הידוע, ברחנוכם הבעים 'לשון רבים', כדי מ'זאל קענען אויפטאן אין די ריבוי פרטים וואס יעדערער האט בחייו, אפילו אלס א יחיד,
¶55האט ער דאך בחייו הפרטים אלס א יחיד אויך א ריבוי פרטים אין וועלכע ער דארף אויפטאן אין יעדערן פון זיי דער ”לשמש את קוני”, על אחת כמה וכמה
¶56אז ס'קומען זיך צוזאמען עטלעכע אידן צוזאמען, בפרט עשרה מישראל אדער כמה עשיריות מישראל איז אט דעמאלט ווערט דאך דאס נאכמער פרטים ופרטי-פרטיות,
¶57עד אשר חדא לספר, און אין זיי אלעמען איז מען ממשיך וואס דאס איז דאך דער לשון ברכה ”ברוכים הבאים”, און ממשיך אין אן אופן אז דאס זאל ווערן פון דעם עליכם ס'זאל ווערן שלום,
¶58ביז שלום פון לשון שלימות, און מ'האט אויף דערויף דעם כח, און ס'איז פארשטאנדיק ווי אזוי מ'קען דאס דורכפירן וויבאלד אז מ'הויבט אן מיט שלום, איז דאך פארשטאנדיק אז מ'הויבט אן טאן אין אן ענין מיט א החלטה, און מ'איז מחליט די החלטה בראש הכניסה להענין,
¶59אז די החלטה און דער תכלית איז אז ס'זאל זיין שלום איז אט דעמאלט מאכט מען פון אין דעות אין שוות וואס דאס איז למעליותא בנדון ”זה, כאמור, כדי” מ'זאל קענען אויפטאן אין די ראשיכם פון וועלט, ביז אין ”שואב מימיך” פון וועלט דארף מען האבן די מליותא וואס מ'האט אין די התחלקות, אז דא טוט א מומחה לאותו ענין.
¶60ניט ער געהערט צו שבטיכם אדער צו ”שואב מימיך”, נאר ער איז אויך מקיים דעם ענין פון ראשיכם נאר דאס אין דערויף איז ער א מומחי גאר, און דאס איז גאר זיין עיקר, ועל דרך זה בהנוגע צו שאר החלוקות.
¶61און דעמאלט האט מען א זיכערע זאך, ווי מ'האט געזאגט אין דער סדר וואס מ'האט געלייענט, בשבת, וואס ”מיני' מתברכין כולי יומר” דעם שבת שלפני זה, אז דער אויבערשטער גיט א הבטחה,
¶62אז בשעת ”ויצא יעקב מבור שבע” פון ארץ ישראל, וואס דארט איז געווען 'מגורי אביו' אבינו שבשומים, וילך הראן ער גייט אריין אין ”חרון אף של העולם” וואס ווערט אנגערופן עלמא דפרודה האט ער די הבטחה,
¶63פון דעם אויבערשטן, וואס איז אים מבטיח, און ווי מ'חזר'ט איבער די הבטחה אויך אין תחילה פון פרשה שבוע זה אין וישלח, אז מ'וועט זיכער דורכפירן די שליחות, און נאך מערער בבירכתו של הקב"ה, וואס ”תוספתו מרובה על העיקר” מיט מערער הצלחה וויפל מ'האט זיך געריכט,
¶64וויסנדיק אפילו פון דער הבטחה פון ”יגעת ומצאת”, וואס אין דערויף איז דאך דער דיוק, אז בשעת ס'איז דא יגעת ניט נאר מ'האט 'לפי ערך' היגיעה, נאר מ'האט אויך אין אן אופן של מציאה,
¶65כמדובר כמה פעמים, אז די יגיעה לגבי דערויף וואס ער געפינט איז דאס בדוגמא ווי ער געפינט א מציאה שלא טרח בה כלל.
¶66עד כדי כך איז די יגיעה איז דאס וואס ער דערגרייכט מערער פון די יגיעה שיגע בזה.
¶67און אט דעמאלט ווערט אויך דער ענין ווי ער איז מסיים אין די סדרה שלפני זה, ויבגל ”בו מלאכי אלקים” ווי רש"י טייטשט גלייך אפ, אז ס'איז געווען סיי מלאכים פון חוץ-לארץ'דיקע עבודה, סיי מלאכים פון ארץ-ישראל'דיקע עבודה,
¶68און ”ויקרא שום המקום” הכנעים יעקב, א איד, מאכט דערפון איין און איינציקן ארט, ווארום ס'ווערט אויס חילוק ”עתידי ארץ ישראל שתתפשט בכל” הארצות,
¶69און ס'ווערט אויך דער ועלם משיען בהר ציון וואס דאס איז דאך די התחלה און דער המשך פון די התחלה פון פרשה זו,
¶70אז יעקב האט אים אנגעזאגט אז ער וועט קומען און וועט אייננעמען הר צור, ווי רש"י איז דאס מבאר בארוכה.
¶71ובפשטות איז ”המעשה הוא העיקר” אז בשעת אידן קלייבן זיך צוזאמען פון דאסניי, ”כאיש אחד בלב אחד” לקיים האמור בתורה אחת וואס זי איז געגעבן געווארן פון הוי' אחד און מקיים זיין דאס מתוך אחדות אמיתית אט דעמאלט ווערט גלייך בטל דסיבה וואס מ'געפינט זיך אין גלות,
¶72וואס דאס איז דאך דער היפך פון ענין פון אהבת ישראל, עאכו' כמה היפך פון אחדות ישראל, און אט דעמאלט, על פי הלכה, אז ס'ווערט בטל דסיבה איז בדרך ממילא מ'דארף ניט האבן קיין עבודה נוספת,
¶73ס'איז גענוג וואס ער האט געטאן אויף מבטל זיין די סיבה איז בדרך ”ממילא בטל עיקר, בטל” טפל, על אחת כמה וכמה א מסובב פון א סיבה, און ס'ווערט גלייך, בשעתא חדי וברגעא חדי, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.