Paragraph
Paragraph rh-2nwqzn2r
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3azb5cqn
- order
- 8
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און נאך דערויף, און דאס גיט דאס כח צו די וואס געפירן זיך אין פעלד, אז בשעת דער מלך קומט די צייט און ער קערט זיך אום צו זיך אין שטאט, און דארט אין זיין פאלאץ גייען זיי אים נאך, און גייען אויך אריין אין שטאט, פון פעלד. אזוי ווי דאס איז דאך א משל געגעבן געווארן דורך א נשיא בישראל, וואס ס'איז געווען אויך א מורה דרך האט געלערנט די דורות נאכם ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן אין טאג-טעגלעכן לעבן איז דאך פארשטאנדיק, אז וויסנדיק אז דאס וועט דערגיין צו יעדער אידן און צו אלע אידן, איז דער משל די דוגמא אויסגעקליבן געווארן אין אזא אופן, אז מ'קען פון איר אפלערנען אין די אלע פרטים פון דעם משל, אז אזוי וועט דאס אויך זיין אין נמשל, וואס דער נמשל איז דאך, ווי דער אלטער רבי ערקלערט, איז דאס יעדער איד ווי ער געפינט זיך און גייט אריין אין חודש אלול, אין וואס פארא טאג ס'זאל ניט זיין אין חודש, על אחת כמה וכמה אין גאר א גרויסער מאס, ווען דאס איז א טאג וואס ווערט אנגערופן ראש חודש, ער איז דער ערשטער טאג פון חודש, און אזוי ווי א קאפ פון דעם חודש, וואס די קאפ פירט זיך אן מיט אלע אברים פון גוף, אזוי איז אויך דער טאג פון ראש חודשהמלך פירט אן און גיט כח, און באווייזט א וועג ווי אזוי מ'זאל זיך אויפפירן אין די אלע טעג פון דעם חודש, נאך מערער וויפל מ'וואלט דאס געוואוסט פון זיך אליין ווערט דאס אפגעלערנט פון דעם ראש-חודש לויט אט דעם משל.
- proofread
- 0