Paragraph
Paragraph rh-2msbrd4n
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-extjh773
- order
- Gd
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און ויהי רצון, כמדובר, אז יעדערער זאל נאך צוגעבן אין די שליחות הצדקה וואס מ'גיט אים, אויך מיט דילי פון אייגענע געלט. ועוד ועיקר, געבן דאס בשמחה ובטוב לבב, און געבן דאס אין אן אופן אז דאס זאל באווייזן א לעבעדיקן ביישפיל, ווי אזוי א איד דארף געבן צדקה בגשמיות, און א איד דארף געבן א צדקה ברוחניות, אז אויב ער קען מערער לערנען ווי א צווייטער איד, אדער פרימער פון א צווייטער אידן, ווארום ער האט געהאט א בעסערן חינוך וכיוצא בזה דארף ער גלייך געבן די צדקה רוחנית, וואו נאר ער קען דערגרייכן אויף פארשפרייטן אידישקייט בכל מקום שידו מגעת. וואס ס'איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז די אלע ענינים קענען אויפטאן בשוה סיי אנשים סיי נשים, און קענען אויך אויפטאן קינדער, ביז אויך קליינע קינדער, ואדרבא, ווי מ'זעט דאס בפשטות, אז בשעת א קליין קינד און מ'איז אים מסביר וואס דער ענין פון צדקה איז גייט ער אריין אין א גרויסע התפעלות, מער ווי די התפעלות פון דעם נותן הצדקה, וואס ס'איז שוין נאך בר-מצוה, על אחת כמה וכמה פון א אידן מיט א ווייסער באד, און זוכט א געלעגנהייט ווי אזוי וואס פריער אפצוגעבן די צדקה, און האלט זיך ניט איין, און וואו נאר ער געפינט זיינעם א חבר אדער די מיידעלע געפינט איר א חבר'טע דערציילן זיי גלייך צו די חברים און חברות די גרויסקייט וואס ער האט ערשט געהאט די געלעגנהייט אויף מקיים-זיין דעם אויבערשטנ'ס א מצוה, און די גרויסקייט וואס די חברים און די חבר'טעס קענען האבן אויך אזוי טאן.
- proofread
- 0