Paragraph
Paragraph rh-2jhb6y6a
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-nwwxmktp
- order
- Ze
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און דארטן גופא האט מען אויך דער ענין התורה און די לוחות, וואס דער סוער ארט איז דאך אין קודש הקדשים, וואס דאס איז דאך די פנימיות און דער עיקר פון ועשו לי מקדש איז דאך, ווי עס שטייט גלייך נאך דערויף, אז די התחלה אין ועשו לי מקדש ברוחניות איז דער ענין פון ועשו לי ארון אז מ'האט גלייך געמאכט צום אלעם ערשטן דעם ענין פון דעם ארון, זאל קענען גלייך אריינלייענגען אהינצו די לוחות ראשונות און די לוחות אחרונות, מיט די אלע ענינים וואס זיי זיינען געשטאנען ברמז, אדער צוזאמען אויך מיט דער ספר-תורה, וואס מ'האט דאס אויך אוועקגעלייגט לעבן דעם ארון אדער אין דעם ארון, ווי גערעדט בארוכה אין די פריערדיקע התוועדות וכו.' און יהי רצון, אז יעדערער פון אייך בתוך כלל ישראל וועט זיך במילא איבערגעבן, און די אלע זאכן וואס רעדט זיך דא, איז דאך דאס ענינים וואס דאס איז נוגע צו יעדער אידישער פרוי און יעדער אידישע מיידעלע, און ניט געקוקט אין וועלכן ארט זיי געפינען זיך אדער אין וועלכן לאנד זיי געפינען זיך, אפילו אז מ'געפינט זיך ווי מיר געפינען זיך אין גלות, און אין גלות עצמו
- proofread
- 0