עברית
Library

אגרות נוספים - לה''ק 5719

5719-09-17 - Eikev 5773

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ב"ה. י"ז סיון תשי"ט

ברוקלין

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה' מאיר שי' הלוי

שלום וברכה.

באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון אייער בריף, ראשי פרקים פון אייער לעבען און די שוועריקייטען וועלכע איר זייט דורכגעגאַנגען וכו'

ואשרי חלקו, אַז נאָך אַן אָבלויף פון אַזויפיל יאָרען, האָט השם יתברך אייך מזכה ומצליח געווען, צו אויפהאַלטען אַ שול און זעהען אַז מ'זאָל לערנען תורה, זאָגען תהלים, וואָס דאָס איז, כלשון הידוע, זה חלקנו מכל עמלנו, אַן אייגענטום וואָס קיינער קען ניט אַוועקנעמען, וואָרום דאָס באַלאַנגט אייביג צו דעם וואָס האָט געטאָן אין דעם.

און איך האָף אַז דער געדאַנק, וועט אייך געבען אַ צוגאָב מוט, צו פאָרטזעצען די אַרבעט, פאַרשפּרייטען אידישקייט אומעדום וואו מען קען נאָר און אין דער מאַקסימאַלסטער מאָס, וואָס אויב שטענדיג האָט יעדער איד געדאַרפט טאָן אין דעם, איז דאָך אין אַ פיל גרעסערער מאָס און מיט מער ענערגיע, דאַרף דאָס געטאָן ווערען אין אונזער צייט און אין דער מדינה, וואו עס געפינען זיך דער רוב מנין ורוב בנין פון אידישען פאָלק, און זיכער איז איבעריג צו דערמאָנען דעם אינהאַלט פון דעם בריף, וואָס איר האָט זוכה געווען צו באַקומען פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, בהנוגע צו דעם לעבען פון אידען עלי אדמות, און ווי באַוואוסט דער מאמר המשנה.

וואָס איר שרייבט וועגען ... שי' — בעת רצון וועט מען עם מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לויט דעם אינהאַלט פון אייער שרייבען, און השי"ת זאָל העלפען איר זאָלט האָבען אין דעם גוטע בשורות.

אויך פאַרשטענדליך וועט מען פּרובירען נאָכפרעגען אין ... אפשר קאָן מען זיך באַגעגענען מיט עם און איינווירקען אויף עם.

בברכה בנוסח כ"ק מו"ח אדמו"ר צו אַ געזונטען זומער ולבשורות טובות.

[תרגום חפשי]

מאשר קבלת מכתבו, ראשי פרקים של ימי חייו והקשיים שעבר וכו'.

ואשרי חלקו, שבחלוף שנים רבות כל כך — זיכהו השם יתברך והצליחו להחזיק בית-כנסת, ולדאוג שילמדו תורה ויאמרו תהלים, אשר, כלשון הידוע, זה חלקנו מכל עמלנו — רכוש שאף אחד אינו יכול ליטלו מאתנו, להיותו שייך נצחית למי שעסק בו.

ותקותי אשר רעיון זה יתן לו תוספת אומץ להמשיך בעבודתו, הפצת היהדות בכל מקום שאפשר ובמידה המירבית, אשר אם תמיד הי' יהודי צריך לעסוק בכך, הרי במידה גדולה יותר, ובמרץ יותר, צריך הדבר להיעשות בתקופתנו אנו ובמדינתנו זו שבה נמצאים רוב מנין ורוב בנין של עם ישראל; ובודאי מיותר להזכיר לו את תוכן האגרת שזכה לקבל מאת כ"ק מו"ח אדמו"ר בהנוגע לחיי היהודי עלי אדמות, וכידוע מאמר המשנה.

מה שכותב אודות ... שי' — בעת רצון יזכירוהו על הציון הק' של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לפי תוכן כתבו, ויעזור השי"ת שתהיינה אצלו בשורות טובות בהנ"ל.

מובן גם שינסו לברר ב..., אולי ניתן להפגש אתו ולהשפיע עליו.

בברכה בנוסח כ"ק מו"ח אדמו"ר לקיץ בריא ולבשורות טובות.

אוצרות הרבי

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-2e1c4rn4

Copies

Recent activity

#241 Otzros letters 5719 (test year): the text of 211 letters · approved
#240 Otzros letters 5719 (test year): the text of 211 letters · closed

Sources

  • drive-file149qJgdcaJ0m1B7raU2lW0Q…