transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1עבולי שני ”חיי שרה מאה שנה ועשרים שנה ושבע שנים שני חיי שרה” איז דאך ידוע די מאמרים פון דעם בעל יום ההולדת, און מאמרים פון רבותינו נשיאינו שלפניו, אנהויבנדיק פון דעם אלטן רבי'ן ביז נשיא דורינו, וואס דא איז דאך דער כופל הלשון בסיום הכתוב נאכאמאל שני 'חיי שרה',
¶2און געבראכט אויך דעם זהר אויף דערויף וואס בעשרה איז געווען דער אויפטו וואס ס'איז געווען נחתת למצרים און נעלת ממצרים אין אן אופן דורך עבודה בשמחה, און ס'איז ניט געווען דערפון קיין יניקה, ווארום זי האט דאס באווארנט.
¶3און אויך דאס וואס מ'זאגט בפרטיות, און מיט א שינוי הלשון, דער מאה שנה, און דערנאך ”עשרים שנה ושבע שנים”, מ'איז אויך מבאר, אז דאס גייט ווי דער סדר איז אין ספירות,
¶4אזוי איז דאס געווען בפרטיות אין ספירת המלכות, וואס דאס איז דאך ענינו של שרה, און דערנאך קומט דאס דערנאך אזוי אראפ בא יעדער אידן,
¶5וואס יעדער איד דארף דאך זיין כלול מכל הספירות, על אחת כמה וכמה וואס יעדער איד איז דאך ”בני מלכים הם” און ווי ער זאגט אויך אין תיקוני זהר אז מלכים הם ספירת המלכות, וואס דאס איז דאך ”ענינה של שרה”,
¶6מלשון שרה מלכות, איז דערפאר איז טיילט זיך דאס אויך און דאס איז כלול 'חיי שרה' איז דאס כלול פון די אלע ענינים, בדוגמא ווי מלכות איז כלול פון כל הענינים שלמעלה ממנה, און פון איר ווערט דערנאך נמשך אין כל הענינים שלמטה הימנה.
¶7וואס די התחלה בזה איז, דער מאה שנה וואס אין דערויף איז דאך א 'דבר והיפוכו', מאה איז דאך אן ענין של ריבוי, און שנה איז א 'לשון יחיד', און דאס שטייט פאר עשרים שנה און פאר שבע שנים, ווארום דא שטייט דאס שני 'חיי שרה' גערעכנט ווי דאס איז נשפע מלמעלה, אין אן אופן 'מלמעלה למטה'.
¶8הויבט זיך דאס אן פון ספירת הכתר, וואס ספירת הכתר האט דאך אין זיך דעם ענין פון ”אנת הוא חד ולאה בחושבן” און דערנאך קומט דאס אראפ בחושבן פון ”עשר ספירות, וכל אחד כלול מעשר”, ווערט דאס דער ענין פון מאה, וואס דאס איז די שלימות אין התכללות.
¶9ביחד עם זה איז דאס אויך דא אין דער ענין אין כתר, ווי דאס איז שנה 'לשון יחיד', ווי דערמאנט פון ”פתח אליהו” דער לשון, פון ”אנת הוא חד ולא בחושבן” אז דאס איז חד, וואס דאס איז שנה לה יחיד,
¶10וואס אין שני 'חיי שרה' איז נמשך געווארן ביידע ענינים, דער ענין פון ”אנת הוא חד ולא בחושבן” צוזאמען מיט דערנאך מועד די התכללות בשלימות,
¶11דערנאך ווי דאס קומט אראפ 'מלמעלה למטה' קומט דאס אראפ פון ספירת הכתר אין ספירות פון חו פון 'חכמה בינה', וואס דארט איז שוין די התכללות א קלענערע איז דאס מערניט ווי יעדערע איז כלול פון עשר,
¶12וואס דערפאר איז 'חכמה בינה' ביחד ווערט דאס עשרים זיי שטייען דאך אבער אויך אין אן אופן ווי זיי זיינען בקירוב אל הכתר, ומושפע פון כתר און אנגעפירט פון כתר, וואס דערפאר זאגט מען, אז די עצרים זיינען אין אן אופן פון ”שנה, שנה לשון” יחיד,
¶13”תרין רין דלא מתפרשין” וואס דאס איז פארבונדן דערמיט, אז זיי קומען און שטייען און זיינען דורכגענומען מיט דעם אופן ווי דאס איז אין כתר, וואס דארט איז אויך שנה.
¶14דערנאך קומט דאס אראפ נאך נידעריקער ס'דארף דאך אנקומען ביז צו ספירת המלכות ווי זי איז במקומה, וואס דארף דורכגיין אויך די שבעה די שבע מדות,
¶15און דארף דורכגיין דורך די שבע מדות בדוגמא ווי מדות זיינען למטה איז דאך ענינם אז ס'זאל זיין דוקא אין אן אופן פון מדה והגבלה, במילא דארף זיין חסד באזונדער און גבורה באזונדער,
¶16די יעדער מדה פון די שבע מדות בפני עצמה, וואס דערפאר שטייט אין דערויף שנים 'לשון רבים', און אויך אין דערויף דער ענין פון שבע, ווי זיי שטייען בפרטיות, ווארום ווי דאס דארף שטיין דא למטה איז דאס שבע,
¶17ניט ווי זיי זיינען אין אן אופן פון התכללות זו מזו אדער זה מזה ווי זיי שטייען למעלה.
¶18דערנאך איז דאך דא, די תכלית הכוונה איז דאך, אז דערנאך זאל זיין די התאחדות כולם ביחד, וואס דערפאר זאגט ער דערנאך אויך דער סך-הכל, אז די אלע צוזאמען איז דאך כתר באזונדער טאקע אין אן אופן פון מאה שנה אבער דאס איז באזונדערע מאה שנה,
¶19און דערנאך איז עשרים שנה באזונדער, און דערנאך איז שבע שנים באזונדער, דערנאך איז דא ווי ס'ווערט אויפגעטאן על ידי עבודת שרה, וואס דאס איז די שני 'חיי שרה' אז דאס ווערט אלע צוזאמען איין סך-הכל, אלע צוזאמען בהתייחדות, ובלשון המדרש כולם ”שוין לטובה”.
¶20די 'תכלית השלימות' אין עבודה איז דאך, אז מ'דארף ניט באווארענען שוין קיין יניקות, במילא קען דעמאלט זיין דער ”עבדו את הוי' בשמחה” אין אן אופן פון שמחה בגלוי, וואס דערפאר, אז נחתת למצרים און דערנאך איז עלת ממצרים איז דעמאלט איז געווען איר עבודה אין אן אופן וואס דאס איז געווען עבודה בשמחה.
¶21וואס אט דא ווערט דאך די שאלה, ”התורה היא נצחית” איז דאך דאס א הוראה נצחית בכל מקום ובכל זמן ”ולכל אחד ואחת מישראל”, וואס לכאורה, ווי אזוי קען מען מאנען אז כולם 'שווין לטובה' בא כל אחד ואחת?
¶22אפילו ווען ער שטייט לסוף ימיו, ווי מ'זאגט בא שרה'ן אז ס'איז געווען ””בת ק' כבת כ'” און בת כ' כבת” ז', וואס ס'איז ניט שייך קיין עונשים וכו' אזוי איז זי געווען בשעת זי איז געווען בא בת ק' ולאחרי זה,
¶23בשעת ס'איז אבער שוין געווען און ער האלט אין מיטן, באמצע עבודתו, איז דאך לכאורה, וויבאלד אז איין מאל האט פאסירט א טייל פון זיינע שנים ניט אין אזא מעמד ומצב ווי אזוי קען מען דערנאך ביי אים מאנען און זאגן, אז ער האט א הוראה נצחית, אז ס'דארף זיין כולם ”שוין לטובה”.
¶24ווען ער האלט אין תחילת העבודה און מ'גיט אים די הוראה איז דאס פארשטאנדיק.
¶25דאס איז דאך, כאמור, א הוראה נצחית, איז דאס בא יעדער אידן געזאגט געווארן, די איז געגעבן געווארן און געזאגט געווארן די הוראה, און ”אינו מבקש אלא לפי” כוחו, אז ער דארף זיין כולם 'שוין לטובה' בשעת ס'איז שוין עברה כמה וכמה שנים עבודתו,
¶26און דאך 'התורה על הרוב תדבר' אז דוקא בא תורש שרה'ן שטייט אט דער עילוי פון ”כולן שוין לטובה” וואס דאס גופא איז דאך א הוכחה, אז דאס איז ניט א דרך הרוב.
¶27וביחד עם זה זאגט מען, אז דאס איז א הוראה לרבים, איז דאך כמדובר כמה פעמים, אז דאס איז דער ענין פון תשובה, וואס תשובה איז דאך אן עבודה און אופן העבודה, אז ניט נאר דאס פועל"ט מכאן ולהבא,
¶28וואס דאס איז תשובה מיראה, נאר שלימות התשובה איז דאך ווי ער זאגט אין אגרת התשובה, אז 'תשובה מאהבה', און 'תשובה מאהבה' פועל"ט אויך אויפן עבר, ביז וואנענט אז ”זדונות נעשו לו כשגגות” און נאך מערער, זדונות לעשות כזחיות ביז וואנענט אז זדונות ווערן נהפך לזחיות ”אתהפכא חשוכא לנהורא”
¶29וואס דורך דער עבודת התשובה, וויבאלד אז ער קען אויפטאן אויך אין דעם עבר, אפילו די זדונות וואס ער האט געטאן בעבר קען ער דערפון אויפמאכן זכיות איז דאך פארשטאנדיק, אז ער קען אויפטאן אז ס'זאל זיין כולם ”שוין לטובה”.
¶30וואס על פי זה איז אויך מובן אט דאס וואס ער זאגט אין תניא, אז ”מדת הבינוני היא מדת כל אדם ואחרי' כל אדם ימשוך” איז דאך ידוע אין דערויף די שאלה, אויב ס'איז געווען איין מאל במשך ימי חייו, וואס חטא ופגם ועבר את הדרך,
¶31אפילו אין אן אופן פון שו גגי איז דאך אויך פארבונדן דאס ווי ער זאגט אין אגרת הקודש מיט התגברות פון 'נפש הבהמית', במילא ווי אזוי קען דערנאך זיין א בינוני, וואס ווי ער זאגט אין תניא עצמו איז לא חטא ולא יחטא
¶32ניט נאר לא יחטא מכאן ולהבא, נאר אויך לא חטא און מ'זאגט, אז דאס איז ”מדת כל אדם”.
¶33”ואחרי' כל אדם ימשוך” וואס דאס איז נאך א הוספה אויף ”מדות כל אדם”.
¶34איז דאך ידוע, אז דאס איז דער ביאור אויך על דרך זה, אז אפילו ווען ס'איז געווען בעבר וואס פאר א מצב ס'זאל ניט זיין, איז אט דעמאלט האט ער על ידי עבודת התשובה דעם אלץ וואס מ'דארף האבן, אז מכאן ולהבא זאל ער האבן די מדת הבינוני.
¶35און דאס האט יעדערער כל אדם, און נאך מערער ”אחרי' כל אדם ימשוך”.
¶36אף על פי וואס ער ווייס וואס ס'איז געווען באורתא און וואס ס'איז געווען מיט א טאג פאר דערויף וכו איז כאמור, על ידי עבודת התשובה, אז ”זדונות נעשו לו זכיות” ממש על אחת כמה וכמה ווי די עבודת הבינון.
¶37וואס על פי זה איז אויך פארשטאנדיק ווי אזוי דאס איז א הוראה נצחית, וויבאלד אז מ'זאגט אז השיעות והבחירה והיכולת נתונה ”לכל אחד ואחד”, ער זאל מקיים-זיין ציוויי השם,
¶38וואס 'ענין התשובה' איז דאך א מצות השם פון ענין המצוות, און נאך מערער דאס איז א מצוה כללית, וואס איז כולל כל המצוות,
¶39וואס ס'איז אויך כולל כל המצוות, וואס דערפאר קען זי דאך מתקן זיין כל התורה ומצוותי ביז אין אן אופן אז זיי ווערן בשלימות, כאמור לעיל, ביז זכיות ממש.
¶40און מ'זאגט, אז 'בכל רגע' ורגע, אט דאס גופא וואס מ'גיט אים תורה ומצוותי' בכל יום ויום, נותן התורה לשון הוה, איז דאס גופא א הוכחה, אז ביום זה האט ער רשות ויכולת נתונה לכל אחד ער זאל ממלא-זיין רצון השם בשלימותו.
¶41על אחת כמה וכמה אזא רצון ווי דער ענין פון תשובה, קען ער דאך בכל יום ויום, ניט קוקנדיק וואס ס'איז געווען פריער, קען ער זיך אוועקשטעלן אין אזא אופן, אז ער זאל זיין בשלימות לפי רצון השם,
¶42ואדרבא דאס איז דער טבעו אז ער זאל וועלן דאס אזוי טאן ער דארף מערניט ווי מבטל זיין דעם אונס וואס קומט מצד דערויף וואס 'יצרו אנסו', כפסק דין הרמב"ם, וכמבואר ומדובר כמה פעמים.
¶43און נאך מערער זאגט מען אים, דאס קען זיין אלץ מתוך שמחה, וכמדובר כמה פעמים דעם ענין פון שמחה של מצוה, אז דאס איז א דבר הכי גדול, ווי ער איז מבאר אויך אין ”תורה אור”,
¶44אז דורך שמחה של מצוה האט דער אריז"ל זוכה געווען צו די ענינים צו וועלכע ער האט זוכה געווען, וואס דאס איז דאך געזאגט געווארן בכל מצוה ומצוה, כפסק דין הרמב"ם וכפשטות ההלכה, אז א מצוה דארף זיין פארבונדן מיט א שמחה של מצוה ”עבדו את הוי' בשמחה”, על אחת כמה וכמה פון א מצוה גדולה,
¶45און א מצוה כללית, וואס זי איז כולל כל התורה ומצוותי ומצות התשובה, די שמחה וואס ס'דארף זיין דערפון וואס דער אויבערשטער האט געגעבן יעדערן א מעגלעכקייט ער זאל תשובה טאן, ביז אין אן אופן אז כל הענינים ווערן ביי אים זכיות ממש, און טאן דאס מתוך שמחה, און טאן דאס בשלימות,
¶46ובלשון הזוהר אז תשובה ווערט אויפגעטאן בשעתא חדא וברגעא חדא, אז ”כן תהי' לנו” בתוך 'כלל ישראל', אז מ'זאל מקיים זיין מצות ה' מתוך שמחה אמיתית,
¶47וואס דאס איז פארבונדן סיי שמחת הנפש און סיי שמחת הגוף, ווארום מ'האט ברכת השם בכל המצטרך, ס'איז ניטא קיינע ענינים המבלבלים, ניט מצד הגוף בפשטות, עאכו"כ ניט מצד 'נפש הבהמית'.
¶48און מ'דינט דעם אויבערשטן מתוך שמחה בכלל, עאכו"כ אין 'ענין התשובה', עאכו"כ אין 'לימוד התורה' וקיום מצוותי האט מען דאך דעמאלט הקדמת התשובה ווערן די מעשים מעשים טובים און ער האט אויף זיך די ביידע מעלות, וואס דאס איז צדיקייא על כל פנים א צדיק אין שם המושל,
¶49על אחת כמה וכמה ווי הבטחת הכתוב אז ”ועמך כולם צדיקים” האט ער אויך דעם 'ענין התשובה', ”לאתבא צדיקייא בתיובתא” וואס דעמאלט איז דאך כמאמר הזוהר געבראכט געווארן אין ליקוטי תורה
¶50קאתי משיחא גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט דאך זיין ”בשובה ונחת תושעון” און מ'וועט זיין דער ”ושבתי את שבותכם” אז מ'קערט זיך אלע אום, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו כל העם כולו,
¶51לארצנו הקדושה, וואס זי שטייט אויך אין אן אופן פון ארץ טובה ורחבה ”ירחיב הוי' את גבולך” צוזאמען מיט תורה ומצוותי' בשלימות, ווארום זיי קומען אלע על ידי הקדמת התשובה, ובשעתא חדא וברגעא חדא.