Paragraph
Paragraph rh-2bv9nff1
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-pr4jw2a1
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- פון דעם טאג, וואס דארט שטייט דאך דער פסוק, כאשריכם ישראל ברענגט ער אויף דערויף אראפ דעם מדרש, וואס ער זאגט אין מדרש, אז אשריכם ישראל איז דאך דאס דער סיום פון ברכת משה, ובמה שסיום משה איז פתח דוד, און דערפאר איז אויך, אז דוד האט געדארפט שרייבן ספר תהלים שלו, זאגן ספר תהלים שלו, איז פתח במדת סיום משה, משה האט מסיים-געווען מיט אשריך ישראל דערפאר האט דוד אנגעהויבן זיין סופר מיט אשר האיש אשר.. וואס סיי אשר און דערנאך אויך דער אשר איז דאך ביידע ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן, האבן א שייכות מיט אשריך. וואס אט דא ווערט דאך די שאלה, בשעת מ'זאגט תמימה, תורת הוי'תמימה לכל לראש מיינט מען דאך תורת משה, מיינט מען דאך ניט סתם אז דארט פעלט ניט קיין ענין ווי די גמרא זאגט בנוגע צו תורה ווי אזוי קען זיין אז מ'זאגט אז דאס האט פארענדיקט די ספר התורה און ס'פעלט דארט פסוקים, מוז מען זאגן אז ס'איז געווען אלע פסוקי התורה, במילא ווערט דאס אנגערופן אז זי איז אינה חסרה און דערנאך זאגט מען נאך מערער, אז תורת הוי'תמימה וויבאלד אז מ'זאגט אז דאס איז תמימה, לאחרי זה זאגט מען, אז במה דער סיום איז דא דערנאך איז פתח דוד, און ס'איז דאך א זיכערע זאך דאס ווערט נקרא על שם דוד, איז דאך א סימן, אז דאס איז תורתו, און מ'קען דאך ניט זאגן, אז דוד האט מערניט ווי גע'חזר'ט מערניט ווי אט די זאכן וואס ס'שטייט אין תורת משה ויט. דער מדרש אליין איז מדגיש, אז ניט ער זאגט מערניט ווי דעם סיום פון משה, ער נאר, אז דאס וואס משה האט מסיים געווען האט ער דערמיט אנגעהויבן, אבער דערנאך גייט ספרו של דוד מלכא משיחא. ווערט דאך אויף דערויף די שאלה, ווי אזוי קען מען זאגן, אז תורת הוי'תמימה וואס דער פירוש אין מקרא יוצא מידי פשוטו מיינט מען דאס תורת משה, על אחת כמה וכמה ווי ער טייטשט דאס אפ אין מדרש תהלים אויף א קאפיטל פון ספרו של דוד,
- proofread
- 0