פסקה
פסקה rh-2b03b9rd
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-tyjnnya8
- order
- 28
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- צו אלעם ערשטן בשעת אידן טרעפן זיך בא וואס פאר א אפגעלעגן זיי זאלן ניט זיין, און וואס פאר א צייט זאלן ניט זיין איז דאך די עצם זאך וואס דאס קלייבן זיך צוזאמען מענטשן, וואס יעדערער פון זיי האט א חלק אלוקה ממעל ממש, וואס דאס ווערט זיין אמת'ע נשמה, און זיין אמת'ער זאך וואס באלעבט אים אין אלע זיינע אונטערנעמנגען. איז דאך דאס גופא, אז כמה חלקים קלייבן זיך צוזאמען, איז דאך דאס אליין שוין אן ענין של שמחה, און וויבאלד אז מ'זאגט אז ברוב עם מהדרת מלך למטה, וואס אלע ענינים פון מלוכה למטה נעמען זיך פון אמת'ן מקור פון מלוכה, וואס דאס איז דאך דער אויבערשטער, פארשטאנדיק, אז פארוואס איז דאס אזוי למטה? דערפאר וואס נשתלשלו מהן אזוי ווי דער אויבערשטער האט איינגעפירט אין מלכות למעלה, איז אזוי אויך נשתלשל געווארן אין מלכות למטה, אז בשעת ס'קלייבן זיך צוזאמען כמה חלקים, וואס יעדער חלק פון זיך איז א וויכטיקע זאך, ביז וואנענט אז דאס רעדט זיך די וויכטיקייט דערפאר וואס דאס איז א חלק פון אלוקה ממעל ממש, איז דאך פארשטאנדיק, אז וואס מערער, און בשעת מ'קלאטט זיך נאך צוזאמען אין א זמן המיוחד, און אויך אין א מקום מיוחד, איז אויסגעטיילט אויך אין ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט אלוקה ממעל ממש, ווי דאס איז אין דעם איצטיקן זמן, וואס מ'געפינט זיך דאך אין ירכי תליתאי אין דעם חודש השלישי, וואס דעמאלט איז דאך דער חודש פון מתן-תורה, און מ'געפינט זיך אין אן ארט וואס איז אויך פארבונדן מיט תפילה צו דעם אויבערשטן, און לערנען תורה שיעורים בתורה
- proofread
- 0